יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער פאליטיקאנט

פתח הגליון · פרשת פנחס

אין עולם הפאליטיקא איז שוין אזוי לאנגע יארן זינט דעמאקראטיע האט איבערגענומען דעם דרך המלוכה, און אלס רעכנט זיך מכלומרש’ט מיט די וויילער, אנגעהויבן ביים סאמע פרעזידענט וועלכער זיצט אויפן אמאליגן טראן פון דעם לאנג פארגאנגענעם קעניג, וועלכער פלעגט נאך האבן געוויסע שטארקייטן, דער אמאליגער קעניג מיטן גאנצן גלאנץ פלעגט טרעטן אויף זיינע אונטערטאנען, ווער מער און ווער ווייניגער אלס געוואנדן אין דעם מאס רחמנות וואס ער האט פארמאגט.

דער פרעזידענט טרעט נישט אויף זיינע אינטערטאנען עכ”פ למראית עין נאר ער “פארטרעט זיי”, ער מוז האלטן זיין נאמען ריין און שיין, כדי זיינע פאלקסלייט זאלן אים ווידערוועלן און אזוי דרייט זיך דער רעדל, ביזן קלענסטן פארטרעטער אין די רעגירונג, אלעס ווערט געטון אויפן ווארט און אויסוואהל פונעם פאלק.

זיצן די פארטרעטער פון דעם הויכגעשעצטן לויפער פארן כבוד פון פרעזידענט, דער וואס שרייט חי וקיים אז ביז היינט אלע יארן האט נישט געטויגט, נאר ווען ער וועט איבערנעמען די לייצעס וועט זיך דאס פערדל דערוועקן, און ביז דעמאלס איז די וועלט ממש געווען חבל על הזמן, מ’האט נישט געהאט זיין דעת און זיין בינה צו פירן אזא גרויס לאנד ווי דאס וואס ער פארמאגט אין זיין מח גדול, זיי העלפן אים לויפן אויף א ליניע וואס זיי האפן אז דאס וועט גוט אויסנעמען ביי די מאסן.

ער מוז דאך אבער איבערצייגן די לאנדסבירגער אז ער איז אמת’דיג דער וועמען זיי ווארטן שוין אזויפיל יאר, זיצט ער מיט די גרויסע קארפן קעפ וועלכע לייגן פאר א הערליכע אגענדע פון צייט, ער מוז קודם ווייזן קלאר אז “יעצט טויג נישט” דערנאך מוז ער ווייזן גבורה וויאזוי “ער טויג יא” און דאן קען ער ערקלערן אז פאר די טובה פון לאנד, נישט ווייל ער וויל, נאר ווייל ער האט פשוט רחמנות אויף זיינע לאנדסלייט, גייט ער זיך ערקלערן אלס לויפער פאר די פאזיציע, און אויב איז מען גענוג קלוג אים אריינצווועלן קומט גוטע צייטן.

אלזא דאס איז שוין אלס אזוי, נישט היינט פאסירט, עס איז שוין יעדע פאר יאר דברים ידועים, די פאליטיש באקאנטע ווייסן פון פאראויס די מאנאווערעס וואס דער פאליטיקאנט וועט טון, זיי קענען פאראויסזאגן פונקטליך וויאזוי מ’בלאפט דעם פאלק און מ’וואשט די מוחות, און עכ”ז ארבייט עס יעדעס מאל מער אדער ווייניגער.

שטעלט זיך ארויס דער לויפער פאר פרעזידענט און ער שטעלט שטיצע צו א געוויסע ענין וואס די רעגירונג האט ביז היינט נישט געשטיצט, און ער קריגט שוין די שטימע פון אלע באטראפענע. ער ווערט א העלד, און אזוי דארף ער טרעפן די ריכטיגע געברויכן פון וועלכע צו רעדן וואו ער קען באקומען די מערסטע שטיצע, און אזוי געווינען דעם פאזיציע.

ביז… ביז ער זיצט אויפן בענקל, ער איז באמת גרויס, ער זעהט דעם אמת, ער זעהט שוין אז ס’גייט נישט אזוי, מ’קען נישט דעקן אלע צוגעזאגעכצער, און אזוי גיבט ער גענוג שטאף פארן קומענדיגן לויפער פאר די פאזיציע, אנצוווייזן אויף די אומאויסגעפירטע צוזאגן, און דער נעמט זיך זאגן, און רייטן אויף די שוואכקייטן וחוזר חלילה, און אזוי האלט זיך א עולם השקר געשפאנט.

דעמאלס ווען ער זיצט שוין אויפן בענקל פרובירט ער שוין צו זיין שטיל, ווי ווייניגער טוהן, ווייל וואס ער וועט טון וועט דאך אים נאר קענען שאדן אויב געלונגט נישט, און צום ציהל האט ער שוין דערגרייכט.

די וואך אין די סדרה זאגט אונז די הייליגע תורה פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן האט געטון א מדת קנאות, ער האט געשפרינגען פאראויס נישט נעמענדיג קיין הוראה פון זיין רבי’ן משה רבינו נאר אויף די אייגענע האנט געטון וואס ער האט געדארפט טון זיך אנצונעמען אויפן כבוד שמים.

זאגט אונז רש”י הק’ אז די תורה רעכנט אויס זיין יחוס לפי שהיו השבטים מבזים אותו.

לכן אמור הנני נתן לו את בריתי שלום, זאגט דער מדרש, בדין הוא שיטול שכרו.

מ’קען זאגן אז פנחס האט דא געטון א זאך וואס פאר די פראסטע ליצים האט דאס געקענט גוט אריינשפילן אלס א פאליטישע מאנעווארע צו טון עפעס מער ווי זיין רבי ח”ו, צו ווייזן אז ער איז מער קנאי, אז דער כלל ישראל זאל אים ארויפקוקן מער. און ווי אויבנדערמאנט איז דאס דאך דער סדר אין די פראסטע גאס, צו רייטן אויפן דעת הציבור מיט אזוינע מיטלען.

דערפאר ברענגט אונז די הייליגע תורה דעם גאנצן יחוס פון פנחס, ער האט נישט געברויכט אנקומען צו ווערן אריינגעוויילט אין די פני העם, ער איז געווען פון די שענסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט, און דערפאר איז אוועקגעפאלן די ליצנות וואס די פראסטע פון פאלק האבן ווען געוואלט מאכן גלייבן.

נישט ווי דער סדר פון דעם שקרן וואס פרובירט ווייזן זיינע כוחות ווילאנג ער גרייכט צום גרויסן סטאטוס, איז דער איש האמת וואס טראץ וואס ער האט שוין געהאט כבוד און רוהם וואס דאס האט אים בכלל נישט איבערגענומען נאר ער האט נאר פארן כבוד פון הקב”ה געטון וואס ער האט געדארפט.

און טאקע דערפאר ווייל פנחס האט נישט געטון דאס פאר זיין אייגן כבוד, והא ראי’ ער איז שוין געווען גענוג גרויס, ער איז געווען א יחסן פון די שענסטע שטובער א אייניקל פון אהרן הכהן אליינס, טאקע דערפאר איז בדין הוא אז ער זאל ווערן באשטימט אלס כהן.

אנדערש ווי די חוקות הגוי ווען איינער פרובירט צו איבערשטייגן דעם צווייטן מיט צווייפלהאפטיגע און אומערליכע שקרים, איז דא ביי פנחס טאקע דאס פארקערטע וואס האט אים געברענגט לגדולה, דאס אז ער האט נישט אינזין געהאט וואס אנדערע וועלן זאגן, ער האט דאס געטון שוין זיצנדיג אין די פאזיציע פון די גדולי ישראל און האט זיך נישט דערשראקן וואס מ’וועט זאגן צו זיין טאהט נאר געטון וואס ער האלט באמת אז מ’דארף פארן כבוד שמים, דאס איז געווען וואס האט אים געברענגט לגדולה.