יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

ווען די שמוץ איז שמוציגער

פתח הגליון · פרשת חקת

ר’ מאניש קומט צום ראש הקהל מיט טענות, ער האט א גאנצן זעקל קעגן די אנשי שלומינו פון די קהלה, היתכן ער איז א מעמבער אין די קהלה, און יעדער פרובירט צו שטיין ווייט פון אים, ער באמערקט עס זייער גיך ווען ער קומט צום דאווענען ווי דער ארום ליידיגט זיך אפ, און אפי’ אין פארנומענע צייטן אין שוהל, איז אלס ארום מיר ליידיג. פארוואס און ווער פירט א העצע קאמפיין קעגן מיר? פרעגט ר’ מאניש מיט אומאיינגעהאלטענע אויפברויז.

דער ראש הקהל א איידעלער איד פון נאטור, וועלכער זעהט א פאסיגע געלעגנהייט ארויסצוהעלפן א איד מיט אביסל אויפריכטיגע רייד וואס קענען אים העלפן אין זיין וועלטעלע, איז מסביר פאר ר’ מאניש’ן אז ער דארף אביסל טוישן זיין מהלך החיים, כדי ס’זאל זיין איינגענעם מיט אים א שמועס צו כאפן. דער ראש הקהל זאגט אים אז קיינער מיידט אים נישט אויס בדוקא, אבער ער קומט אין ביהמ”ד שמוציג און אומזויבער, און דאס מאכט אומאיינגענעם צו שטיין נאנט צו אים.

ר’ מאניש טייערער, דאס אידיש פאלק איז א ריין פאלק, און ווען איינער גיבט זיך נישט אפ מיט זיין ריינקייט ווי געהעריג, ברענגט דאס איבל און עקל, און צעביסלעך זעהט מען זיך איינער אליינס. דערפאר איז אן עצה טובה ר’ מאניש, איר זאלט זיך אביסל מער בעפאסן מיטן ריינקייט פון אייך און אייערע בגדים, ווען איר קומט צווישן לייט זאלט איר זיין לייטיש געקליידעט, און איר וועט אליינס זעהן אז צוביסלעך וועט זיך טוישן דער מציאות, און איר וועט נישט שפירן אפגעזונדערט.

ר’ מאניש באדאנקט זיך פארן ראה”ק פאר די אפענע רייד, ער האט אבער איין פראגע נאך. ביי אונז אין ביהמ”ד דרייט זיך ארום ר’ זעליג, ער איז באקאנט אלס א גאר טיכטיגער פלאמבער, ער גיבט זיך אפ מיט שמוץ און אפפאל אגאנצן ליבן טאג, און ער קומט צומאל אין ביהמ”ד און כאפט א מנחה מיט די שמונה בגדים זיינע, און פון דעסט וועגן דאך, טראץ זיין שמוציגן טראגע, האט ער אלס א קרעמל מיט אידן ארום זיך. טייערער ראה”ק, וואס איז זעליג אנדערש פון מיר?

דער ראש הקהל ענטפערט פאר ר’ מאניש’ן: די חילוק איז אז זעליג איז שמוציג פאר די סיבה פון רייניגן יענעם’ס שמוץ, און דו ביזט סתם שמוציג. פארשטיי מיך ר’ מאניש, זעליג באפאסט זיך מיט “יענעם’ס שמוץ” ער העלפט רייניגן… דו ביזט גאר אנדערש.

דיהייליגע תורה לערנט אונז די וואך א גרויסן לימוד אין דעם ענין פון טומאה וטהרה.

זאת חוקת התורה פרה אדומה עס איז די פרה אדומה וואס די תורה רופט אן חוקת “התורה” עס איז א לימוד אויף די גאנצע, תורה. אלזא דער טמא’נער קומט צום כהן, ער דארף זיך רייניגן, ער בעט מ’זאל אים העלפן קומען צום ריכטיגן טהרה, און דער כהן לד’ איז דער וואס באפאסט זיך מיט אט די הייליגע ארבייט, ער גרייט זיך מיט א הכנה דרבה, ער האט אינזין די ריכטיגע כוונות, און ער טוט די עבודת הקודש בשלימות און שפריצט דעם אפר הפרה אויף דעם טמא, און וואס פאסירט?

דער כהן אליינס ווערט טמא. עס איז דאך זייער שווער. אויב פאר טהרה האט מען אזויפיל ארבייט אריינגעלייגט, און צום סוף בלייבט גאר דער כהן אומריין? וואס איז דער ציהל? וואס איז די טומאה פון כהן ווייניגער?

נאר די הייליגע תורה לערנט אונז דעם פאלגענדען כלל: ווען א איד איז נעבעך טמא דארף ער זיך רייניגן ווי שנעלער, דער נפש פונעם איד איז ריין מיסודו, און דארף זיך האלטן ריין. אבער ווען עס קומט צו העלפן א צווייטן איד רייניגן אפי’ פארן פרייז פון אליינס זיך אביסל אראפלאזן א מדריגה, איז עס גאר אן אנדערע סארט טומאה, עס איז די סארט וואס איז מיט וועלכן אידן זענען שטאלץ.

דער כהן קומט פון זיין הויכע מדריגה אראפ זיך אפגעבן מיט די טומאה, און ער פאלט אויטאמאטיש אריין אין א טומאה וואס ער דארף זיך דערנאך אליינס רייניגן, אבער דאס איז אלעס ווייל די תורה האט אזוי געהייסן, ווייל צו העלפן א צווייטן איד דארפן מיר געדענקען אז דער פרייז איז קיינמאל נישט צו הויך, און מ’דארף טוהן אלעס שביכולת צו העלפן א צווייטן איד.

דער הייליגער גר”א מיט רבי שאול בראך זצ”ל האבן זיך אמאל געטראפן האט רבי שאול בראך באגריסט דעם גר”א מיט “צפרא דמרא טב” [גיט מארגן רבי] האט דער גר”א אים צוריק גענטפערט “מרא וחצינא” [ל’ חז”ל אויף א שאוועל מיט א האק] האט רבי שאול בראך געלערנט פשט אין די מליצה פון הייליגען גר”א, אז געווענליך א שאוועל וואס גראבט ווערט דער שאוועל שמוציג, אזוי אויך א רב איז זיך מטפל מיט עניני הקהלה קען מען אנרופן א שאוועל, עכ”פ דאס איז אים געווען א שבח אז ער איז משמש ברבנות אפילו ער איז זיך מכניע צו די עמך אידן.

יא אייגענע שמוץ, אייגענע טומאה, איז פארבאטן, און מ’דארף זיך רייניגן זאפארט. אבער ווען די טומאה קומט פון העלפן א, צווייטן איד זיך רייניגן, דאס איז פונקטליך וואס די הייליגע תורה וויל מיר זאלן טוהן.

וטהר לבנו לעבדך באמת.