עס איז שטיל קאלאמוטנע, מ’הערט נאר דאס האקן, דאס זעגן, דאס ברעכן פון האלץ און שטיין, דא און דארט א ארבייטס קרעכץ א געניץ פון אן ארבייטער וואס רוהט זיך אפ דאס זעקל ביינער.
יעדער דרייט זיך מיט די לעמפעלעך אויף די הוטן צו זענן א טריט פאראויס, דאס פלאץ איז פארשטויבט, עס איז פארנעפלט, פארשוויצט, א דאמפיג גערוך פון זאמד און אש טראגט זיך אין די לופט, מ’זעהט נישט דעם אייגענעם שאטן, אבער יעדער טוט זיך דאס זייניגע ווי שווייצער זייגערלעך. דער בנין האלט אין די הויכע פאזעס פונעם געבוי, מ’האלט שוין כמעט ביים ענדיגן און באקומען באצאלט פאר די שווערע ארבייט. דער קאנטראקטער דרייט זיך ארום מיטן בעל הבית און איז מסביר די פארשריט וואס מ’מאכט, ער צייגט אן אויף די ווינקלען, ער ווייזט אן אויף די קונצליכע מאלערייען וואס ווערן אריינגעקריצט אינעם דאך און אויף די ווענט. דער בעה”ב הערט זיך צו מיט אינטערעסע, מ’דערקענט פארט אויף אים א צייכן פון זארג און אומזיכערקייט.
דער בעה”ב איז נישט צוגעוואוינט צו דעם גערודער ארום דעם געבוי, ער איז נישט גענוג באהאוונט צו קענען אין די פינסטער זעהן די רייכע ווערק, ער גלייבט אז דער קאנטראקטער טוט וואס מ’האט אים באפוילן, און האפט אז עס וועלן נישט זיין עגמ”נ אויפן וועג.
ויהי היום, דער בנין שטייט, און דאס לעצטע שריט ווערט גענומען ווען דער מומחה וואס ציהט אריין די עלעקטריציטעט שטייט ביים רודער און ערקלערט א סוקסעס, מיט איין רוק דעם ריכטיגן קנעפל און דאס גאנצער בנין איז הערליך באלאכטן. מ’זעהט שוין די הערליכע ארבייט, אלעס ווערט אזוי שיין אויסגעלייגט פאר דעם מענטשליכן אויג, דער בעה”ב דרייט זיך מיט א שמייכל און קאנגראטולירט די מייסטער ווערק. עס האט סך הכל אויסגעפעלט דאס ביסעלע ליכטיגקייט צו ריכטיג קענען אפשאצן דאס הערליכע ארבייט וואס ליגט אריינגעלייגט אין פאלאץ.
בהעלותך את הנרות, זאגט רש”י למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים, לפי שכשראה אהרן חנוכת הנשיאים חלשה אז דעתו כשלא הי’ עמהם בחנוכה, לא הוא ולא שבטו, אמר לו הקב”ה חייך שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את הנרות.
שטעלן זיך די מפרשים, צו האט מען געמוזט אנקומען צום הדלקת נרות צו בארואיגן אהרן? עס איז דאך דא אזויפיל קרבנות וואס נאר אהרן און די כהנים זענען מקריב?
עס שטעלן זיך אויך די מפרשים אויף דעם סדר הפסוקים אז הערשט דא ביים שרייבן איבערן ענין פון דעם צינדן די מנורה שטייט די פרשה פון וזה מעשה המנורה, וויאזוי די מנורה איז געמאכט געווארן דורך משה רבינו.
דער גאנצער בנין המשכן, משה רבינו שטעלט אויף און ער צענעמט יעדן טאג, די נשיאים ברענגען קרבנות, מ’בויט און מ’זייעט איין די קדושה וואס גייט באגלייטן כלל ישראל פאר אייביג, דער משכן ד’ וואס וועט רוען צווישן די אידישע קינדער פאר לאנגע יארן און דערנאך פאר אן אייביגקייט ווען משיח צדקנו וועט קומען צו גיין.
אלע דעטאלן ווערן געטון לויט די קבלה מפי ד’, פונקטליך וויפיל בהמות, וויפיל קערות, וויפיל לעפלען און וויפיל גאלד. אלעס האט א סיבה, אלעס האט א פונקטליכן מאס צו קענען דערהאלטן די אומגעהויערע קדושה.
אהרן הכהן דער אוהב שלום ורודף שלום, זעהט די הייליגע ארבייט אבער ער איז באזארגט אז דער פשוט’ער איד וועט נישט באגרייפן די אלע גאר גרויסע ענינים פון די קרבנות, ער וועט נישט שפירן ווי ער איז א חלק פון דעם גרויסן בילד וואס הייסט כלל ישראל. עס זענען די נשיאים די געהויבענע פון פאלק וועלכע פירן דעם גאנצן עבודה, און דערפאר איז חלשה דעתו אז לא הוא ולא “שבטו” די פשוט’ע שבטי ישראל, פארשטייען נישט פונקטליך די אלע געהויבענע עניני קדושה.
זאגט אים הקב”ה חייך שלך גדולה משלהם, דו וועסט צינדן און מתקן זיין די נרות, דו וועסט אריינברענגען דאס ליכטיגקייט וואס וועט שיינען אלס פארן גאנצן כלל, וואס וועט דערלייכטן די אויגן פון אידן, און וועט מאכן דעם גאנצן כלל ישראל א חטיבה אחת, אז אפילו דער פשוטער איד זאל זיך שפירן א חלק פונעם שכנתי בתוכם.
די הייליגע מנורה וואס משה רבינו האט געבויעט מיט שוועריגקייטן צו פארשטיין וויאזוי פונקטליך זי דארף געמאכט ווערן, ביז ווען הקב”ה האט אים געוויזן וזה מעשה המנורה, דאס אלעס איז טאקע זייער הייליג, און זייער טייער, אבער ווען דאס ליכטעלע ווערט אנגעצינדן און שיינט מול פני המנורה, אלע שבעת הנרות, עס מאכט ליכטיג ווייט, דאס ברענגט צו קענען באגרייפן דעם גאנצן ארום.
אידישע קינדער טוען מצוות און מעשים טובים, אלעס ווייל אזוי האט אונז די תורה געהייסן, און נישט אלס קען מען באגרייפן דאס גודל קדושת הענין, ביז ווען מ’לערנט זיך אפ פון אהרן הכהן מ’איז מדליק הנרות דעם אור התורה, וואס דאס שיינט אריין דעת און חכמה צו קענען א טראפקעלע באגרייפן און מיטשפירן די קדושה. עס איז די הכנה צו יעדע מצוה וואס מיר אידן טוען מיטן לערנען די הלכה און מוסר ארום די מצוה המשמשת ובאה, וואס שיינט אריין דעם ליכטיגקייט אין אונז.
דערפאר האט אונז די תורה הק’ געברענגט דא די פרשה פון וזה מעשה המנורה, נאנט צו שטעלן די צוויי הייליגע עבודות, פון בויען דעם מנורה זעלבסט, און צינדן אירע ליכטעלעך, וואס מיט דעם פליישיג אויג וואלט אויסגעזעהן אז אינעם געבוי ליגט דער עיקר, זאגט אונז רש”י הק’ אז די עבודה פון אהרן הכהן איז גאר אין די העכסטע מדריגה, ווייל עס ברענגט אריין דעם ליכטיגקייט אליינס.
און דערפאר האט הקב”ה געוויזן פאר אהרן הכהן די הייליגע עבודה פון די הדלקת הנרות אלס די גאר גרויסע זכי’ וואס איז גדולה משלהם, ווייל דאס איז צו ענטפערן די דערדרוקענדע חלישות הדעת וואס דער הייליגער אהרן הכהן האט געהאט ווילנדיג וויסן וויאזוי וועט הוא ושבטו, די פשוט’ע שבטי ישראל וויאזוי וועלן זיי קענען באגרייפן די גרויסע קדושה פון אזא הייליגן הויז. זאל מיר שוין זוכה זיין צום בנין בית שלישי בקרוב בימינו אמן.