חיים מאכט זיך גרייט ארויסצופארן אויף אביסל א לענגערע רייזע, ער פארט פאר ביזנעס צוועקן און ס'איז וויכטיג אז ער זאל זיך האלטן אויפן דרך המלך נישט צו פארלירן זיך, ער איז נאך דעם וועג קיינמאל נישט געפארן, און ער האט א שטיקל פחד אז ער קען פארלירן צייט אויב וועט ער בלאנדזשען, און ווער ווייסט וואס דאס קען אפעקטירן פאר זיין גרויסן ביזנעס דיעל וואס פארלאנגט פון אים דארט צו זיין צייטליך.
ווי א געלערנטער ביזנעס מאן זעצט ער זיך אוועק שטודירן די וועג, ער ווערט געוואויר פון פרישע וועגן און שטעגן וואס ער איז מיט זיי קיינמאל נישט באקאנט געווען, ער פארשטייט שוין אפי' וואו מ'קען מאכן א שטיקל שארט-קאט און אנקומען נאך שנעלער, ער צייכנט זיך אן אויף א פאפירענעם מאפע וואו מ'קען זיך אפשטעלן, און וואו מ'דארף זיך פריש אריענטירן צו זעהן וואו מ'האלט.
הכלל אלס א לעצטע מיטל פון באווארענונגען האנדלט ער זיך איין א כלי א דזשי פי עס, און ער לייגט דאס צו צום איבערפלוס פון באווארענונגס מיטלען, און היידא געפארן. ער לויפט מיט די אויגן פון די מאפע צום דזשי פי עס, און פון דזשי פי עס צום רעדל, און אזוי אמאל אמאל כאפט ער א בליק אויף די שילדן אויף די וועגן וואס זאגן אים בערך די זעלבע ווי דאס מאשינדל דרש'נט.
אינמיטן וועג זעהט ער אראנדזשע שרייענדיגע שילדן אז מ'דארף זיך אוועק דרייען צוליב בוי ארבייט וואס קומען פאר צוויי מייל פון דא, און עס ווייזן די שילדן א קלארן אומוועג וויאזוי מ'קען אין א קורצע פאר מינוט זיין צוריק אויפן דרך המלך. אבער דא איז שוין חיים אזוי פארטוהן אין זיין מהלך מיטן דזשי פי עס, ער גלייבט שוין נישט קיין שילדן, דער מאשינדל האט אים שוין אויפגעוויזן ביז אהער האלבוועגס אריבער דעם לאנגן וועג אז ס'ווייסט פונקטליך יעדן דריי און יעדן ווינקל, אז ווען א פארדזשאווערטער שילד זאגט מ'דארף זיך אוועק דרייען, וועט ער ענדערש גלייבן דעם סאפיסטיקירטן מאשין.
פארשטייט זיך אז חיים פארט אריין אין א פלאנטער, און הערשט נאך אפאר מינוט פארן זעהט ער זיך פארן חורבן, עס איז א טאטאלע טראפיק אפשטעל, מ'קען זיך נישט רירן, זעהט זיך אויס ס'איז דא נאך אזוינע וואס לייענען נישט די לאקאלע שילדן און לאזן דעם מאשינדל באלבאטעווען, דא שטייען אסאך אזוינע קאר'ס וואס זעהען זיך אין א פלאנטער פון דארפן ווארטן ווער ווייסט ווי לאנג ביז מ'וועט אריבערלאזן דעם שמאלן פאס אריבערגאנג.
עס איז אמאל דא אזא מציאות אין טאג טעגליכן לעבן ווען א מענטש באשליסט א מהלך אין וועלכן ער וועט גיין, און ער לאזט שוין נישט צוריקדרייען, ער ווערט אזוי צוגעוואוינט צו זיין אייגן מציאות ער לאזט זיך נישט בייגן אפי' ווען דער אמת שלאגט אין פנים. נישט קיין חילוק צו מ'זאל שרייען אדער מסביר זיין מיט שיינעם וועט ער נישט פארשטיין, אמער עס איז קעגן זיין אנגענומענעם שטייגער פון טראכטן.
דאס מציאות החיים לייגט דעם מענטש צומאל שלאפן, ער איז נרדם פארדרימלט, ער גיבט זיך נישט אכט ווייל דער מח איז סעמי באוואוסטזיניג. אפי' ווען ער זעהט קלארע שילדן, קלארע באווייזן אז ער דארף פארקירעווען דעם וועג וועט ער זיך פרובירן צו האלטן צו זיין באקוועמען מהלך המחשבה און נישט פרובירן צו טראכטן, אז אפשר טאקע האט ער א טעות.
די וואך זעה מיר ביי די מרגלים
די מרגלים זענען געווען אין לאנד, און געזעהן אז מענטשן שטארבן ווי פליגן, און ווי חז"ל זאגן אונז איז דאס געווען ווייל השי"ת האט זיי געוואלט היטן פון די אומגעוואונטשענע אויגן, זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייער ארבייט אומגעשטערט.
לכאורה וואלטן דאך די מרגלים געקענט קלאר פארשטיין אז דא איז נישט דער סדר אזוי אז מענטשן שטארבן יעדן טאג, ס'וואלט דאך נישט געווען אזא בהלה מיט לוויות און אנדערע זאכן ווען דאס איז ווען דער סדר היום אלס. און זיי וואלטן געקענט פארשטיין אז דאס איז גאר א נס זיי צו היטן, און אדרבה פון דעם לערנען אז דאס פלאץ איז גאר גוט פאר אידישע קינדער.
נאר וואס דען זיי האבן שוין געהאט אפגעשטימט אין מח דעם מקח רע צו רעדן לשה"ר אויף ארץ ישראל, און מיט דעם האבן זיי שוין פארלוירן די בחירה, און פון דארט און ווייטער האט שוין אלעס נאר געדעקט זייערע סברות. ווי דער כלל איז אז איינמאל א אמענטש האט שוין אפגעקויפט א חפץ אדער געמאכט א געשעפט איז ער שוין אלס אויסן צו פארענטפערן און פארשטיין זיך אליינס, און ער האט שוין נישט קיין אביעקטיוון בליק אויף די זאך.
דאס לערנט אונז די וואך די פרשה א גרויסן לימוד מיט וועלכן די מרגלים זענען דורכגעפאלן, א מענטש דארף זיין אפן צו הערן און זיך לאזן לערנען, און ווען עס זענען דא באווייזן אז ער גרייזט דארף ער זיין גרייט זיך איבערצוקלערן, אויב אבער גייענדיג פון פאראויס אריין מיט איין מחשבה און מ'איז שוין פארקויפט פארן אייגענעם מיינונג איז אמאל זייער שווער צוריק צו דרייען.
מ'דארף אלס געדענקען אז א איד איז אלס א הולך און דארף אלס זוכן דעם טרעפל צום שטייגן, און נישט זיין פארקאכט אין די אייגענע סברות אן קיין אביעקטיוון בליק אויף וואס מ'לערנט אים פון חז"ל און זיינע רבי'ס, ער דארף זיין אפן צו פארשטיין אז אפי' אויב האט ער אנדערש געקלערט איז אמאל שייך פארקערט.
א גוט שבת