יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער ראש הקהל מיטן בעל עגלה

פתח הגליון · פרשת בהעלותך

אין ביהמ"ד איז דער ראש הקהל ר' זיינוויל גאר רעספעקטירט, נישט אזוי ווייט פאר זיינע לייסטונגען פאר די קהלה, פיהל מער צוליב זיין צוגעלאזענעם כאראקטער, זיין ליבליכן שמייכל צו יעדעם, סיי ווי גרויס אדער קליין וועט פאר ר' זיינוויל'ן זיין פאסיג זיך אפצושטעלן און שמועסן ווי ער וואלט געווען זיינס גלייכן.

דאס מערסטע רעדט דער ציבור פון ר' זיינוויל'ן ווען ס'קומט אמאל אז מ'שטייט אין א שורה און מ'ווארט צו זאל עס זיין ביים נעמען תיקון פון שמש ערב יום הקדוש, אדער ביים וואשן זיך צו של"ס און ס'שטייען שוין מערערע מענטשן בעפאר אים, וועט ער קיינמאל נישט לאזן מ'זאל אים אריין לאזן פריער, ער האלט ס'איז נישט קיין יושר צו אריינכאפן זיך אין די שורה צוליב זיין פאזיציע.

דאס ברענגט אסאך מאל אז אידן צווישן זיך רעדן פון זיין ספעציעלע מדות, און מ'באוואונדערט דאס פשטות וואס ער ווייזט ארויס אויף טריט און שריט.

ווען מעכל דער בעל עגלה האט אמאל אין אזא שמועס געהערט אז מ'באוואונדערט ר' זיינוויל'ן פאר זיינע מדות טובות און וואס פארא לב טוב ער איז, און וויאזוי ער שטעלט זיך מיט יעדן צוזאמען און מאכט נישט פון זיך קיין וועזן, האט זיך מעכל שוין נישט געקענט איינהאלטן און פאר זיין שכן אריינגעמורמלט אין אויער: איך מאך נישט אוועק ר' זיינוויל'ן אבער איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, איך בין אויך א שיינער בעל מדות, איך דריי מיך מיט אלע פשוט'ע אידן, איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו פארפירן א שמועס מיט סיי וועם (וואס וויל מיט מיר רעדן) און קיינמאל וועל איך נישט זוכן דעם אויבן אן אדער אנדערע כבוד ענינים, פארענדיגט מעכל זיין שושקעדיגן שמועס מיט א זעלבסט שטאלץ מינע אויפן פנים.

פארשטייט זיך אליינס אז עס האט נאר ארויפגעברענגט א שמייכל אויף די פנימ'ער פון די צוהערער.

די וואך אין די פרשה זאגט רש"י הק' להגיד שבחו של אהרן שלא שינה, און דערויף שטעלן זיך שוין די מפרשי התורה וואס איז דען דער אויפטוה אז אהרן הכהן האט נישט משנה געווען פון דעם ציוו פון השי"ת דארט אין הייליגסטן פלאץ אין משכן ד'.

די הייליגע ליכט אין דעם משכן האבן בדרך נס געברענט איבערן גאנצן נאכט און דער נר המערבי האט געברענט אלעמאל, איז דאך דאס א גאר געהויבענער נס וואס האט נאר געקענט צושטאנד קומען ווען עס ווערט געטון מתוך קדושה ודביקות בהשי"ת.

איינע פון די מדות מיט וואס מ'קען פארשטיין דעם ענין איז דער חילוק צווישן דעם בעל גאוה און דעם עניו, דער בעל גאוה טראץ וואס ער קען זיין א שיינער תלמיד חכם טאקע און האבן די זעלבע קוואליפיקאציעס און מעלות ווי דער עניו מוז ער אבער כסדר צינדן דאס ליכטיגקייט, ער ווייזט ארויס אן אומצופרידנהייט ווען ער איז נישט מערקבאר, ער שיינט אפשר מיט זיינע מעלות אבער עס האלט נישט לאנג זיין שיין, עס ווערט פארנעפלט אין די שלעכטע מדה פון גאוה.

ווידעראום דער עניו, איינמאל ער שיינט מיט זיינע מעלות וועלן זיינע גוטע מדות פון ענוה און צוגעלאזנקייט אנהאלטן דעם שיין און נישט לאזן דאס ליכטיגקייט אויסוועפן.

דאס קען זיין וואס רש"י איז מרמז להגיד שבחו של "אהרן" דער שבח איז נאר אויף דעם וואס ער איז געווען "אהרן" ער איז געווען דער קדוש וטהור דער כהן הגדול מאחיו, וואס דאן איז די מעלת הענוה עפעס וואס איז לויבנסווערד, עס איז נישט געווען א פשוט'ער אידל וועלכער האט זיך געהאלטן קליין, עס איז נישט געווען מעכל בעל עגלה וועלכער פירט זיך אויף בפשטות און צוגעלאזן, עס איז געווען דער גרויסער כהן גדול דער אוהב שלום ורודף שלום וועלכער האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן איד.

אט דער מדה פון השתווית און צוגעלאזנקייט מיט וועלכן אהרן הכהן האט איינגעזייט שלום צווישן אידן, די מדה האט געברענגט אז די הייליגע לעכט האבן געשיינט לאנג און ציכטיג, זיי זענען נישט געווארן פארלאשן, מ'האט נישט געדארפט איבערצינדן, עס איז געווען א הייליגער שיין.

להגיד שבחו של אהרן שלא שינה, אהרן הכהן האט נישט משנה געווען זיין שטייגער צוליב זיין גרויסקייט ביי כלל ישראל, ער האט זיך אויפגעפירט מיט זיינע אידישע ברודער גלייך אויף גלייך, ער האט זיך נישט געפירט מיט קיין גאוה אדער עקסטערע שטאלץ. ויעש כן אהרן ווייסט איר וויאזוי אהרן האט געקענט דאס טוהן? להגיד שבחו של אהרן שלא שינה, דורך דעם וואס ער האט זיך נישט פארענדערט פון אלע אנדערע אידישע קינדער און ארויסגעוויזן עהרע און ליבשאפט צו יעדן איד. דאס איז געווען די גרויסע מדריגה פון אהרן הכהן וואס האט אים געגעבן די זכי' אז זיינע ליכטעלעך זאלן אלס ברענען און קיינמאל נישט אוועקגיין דאס ליכטיגקייט.

א גוט שבת.