יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

בעבור אבותינו שבטחו בך

פתח הגליון · פרשת במדבר

איר האט אייער רעזומעי? (שבועות - במדבר)

עס איז א גרויסער דזשאב עקספא, מ'קומט פון אלע געגענטער זיך צוזאם צו זוכן גוטע פרנסות, די ארבייטס געבער שטייען אויף זייערע באשטימטע ערטער, און די זוכער גייען פון איין צום צווייטן און פרובירן זייער מזל צו אויסזוכן א ארבייט וואס איז גוט און צאלט גוט, און צו דער זעלבער צייט דארפן זיי געפעלן דעם ארבייטס געבער ער זאל שפירן באקוועם זיי אויפצונעמען פאר די פאזיציע.

עס דרייען זיך ארום ווייס און בלוי קראגיגע ארבייטער, יעדערן דערקענט מען אויפן לבוש וואס פארא סארט ארבייט ער זוכט. ביי איין ווינקל שטייען מענטשן אנגעטון מיט קורצע בלויע אויבערמאנטלען און קאלירטע העמדער, די שורה רוקט זיך שנעלער ווי ביי אנדערע, מ'רעדט דא פון פיזישע ארבייט וועלכע איז אפשר שווער אויפן גוף אבער פארלאנגט נישט פוהל פונעם מח, סך הכל ברענגען די ארבייטער איבערווייזן אז זיי זענען לעגאל אדער כמעט לעגאל אין די שטאטן, און ווי אויך מאכט מען אויף זיי א שנעלע קאמפיוטעריזירטן היסטאריע איבערזיכט צו זעהן אויב האבן זיי קלעבעדיגע הענט, און צו זיי זענען קרימינאלן פון בארוף. געוויינליך ערווארטן די ארבייטער צו ווערן אנגענומען אדער אפגעזאגט אויפן פלאץ, און מ'גייט צום נעקסטן.

אביסל ארויפציהר איז דא  א רייע מיט העכערע ראסע לויטע, זיי שטייען מיט געביגלטע העמעדער און שיינע אנצוגן, און ווארטן געדולדיג אויף זייער רייע צו האבן א פופצן מינוטיגן שמועס מיטן ארבייטסגעבער, מ'רעדט דא פון א עקזעקיוטיוון פאזיציע, וועלכעס פעלט אויס אביסל מער און טיעפערע דיסקוסיע, און דער ארבייטער ערווארט נישט אויפן מינוט צו ווערן אנגענומען טראץ אלע באמיאונגען צו מאכן א גאר גוטן איינדרוק, דארף דער ארבייטס געבער אסאך נאכזוכן אויב די אינפארמאציע איז אויפריכטיג כדי נישט אריינצופאלן מיט אן אומגעלונגענעם קאנדידאט אין אזוינע וויכטיגע פאזיציעס וואס קענען פירן צו יסודות'דיגע פראבלעמען אין די קאמפעני.

אינגאנצן אפגעזונדערט אין א שטוב מיט א גרויסן טיש אינדערמיט זיצן עטליכע גאר גרויסע און וויכטיגע איינגעשטעלטע וועלכע זוכן אלע צו באקומען א אויסדערוועלטן פאזיציע וועלכע מאכט זיך נישט יעדן טאג, עס איז א פאזיציע צו ערפילן אן ארויסגייענדען פירער און פרעזידענט פון א פרעסטידזשפולע קאמפאני, און דאס איז א טויש פארן לעבן פאר ווער עס איז זוכה עס צו באקומען.

די פארהערן זענען אינטענסיווע און די באמיאונגען זענען דיפלאמאטיש און פראפעסיאנאל מח דערדרוקענד, מאמענטן פון רעאליטעט שלאגן אין פנים, און די דיסקוסיעס טראץ שטיל זייער דירעקט און שווער איבערצוטראגן אויב איז מען נישט פון דעם טייג געקנאטן.

דארט אין דעם שטוב זיצן ארום דעם טיש 10 אפליקאנטן, וואס גרייטן זיך שוין וואכן מיט אלע דעטאלן איבער דעם אמט, און וועלן היינט פרובירן זייער מזל מיט די איינגעשטעלטע פון די קאמפאני. זיי ווייסן אז נאר איינער גייט באקומען דעם פאזיציע, איז אבער פארט ווערט די טירחא פארן ספק פון ווערן באשאנקען מיט אזא גאלדענעם בענקל.

דער פארהער הייבט זיך אן, און מ'בעט פון די אפליקאנטן צו אהער געבן זייערע רעזומעי'ן וועלכע זאגט זייער עקספיריענס, און זייער סיבה צו טראכטן אז זיי קוואליפיצירן פאר דעם אמט.

איינער פון די אנוועזנדע אנטשולדיגט זיך אז ער האט נישט זיין רעזומעי וויבאלד ער וויל מער ארויסברענגען דעם צוקונפט און זיין ווערדע ווי דעם פארגאנגעהייט. ער מיינט אז מיט רעדן פנים אל פנים וועט מען מער אנקומען ווי מיט די געשריבענע רעזומעי.

דער הויפט בעאמטער בעט אים שיין אז ער זאל פארלאזן דאס פלאץ, און עס בלייבן 9 אפליקאנטן, עס ווערט א שטילער גערודער פון דעם גאר שנעלן באשלוס ארויסצושיקן אן אפליקאנט נאך בעפארן הערן אפי' אפשר גאר איז ער דער סאמע בעסטער פון אלע?

דער הויפט בעאמטער איז מסביר פאר די אנוועזנדע: ווען מיר בעטן א רעזומעי, איז עס נישט אלס איבערן תוכן וואס מ'שרייבט אריין, עס איז זייער קווענקלדיג די אינפארמאציע וואס ווערט געגעהבן אינעם רעזומעי וועלכע ווערן ע"פ רוב בעארבייט פראפעסיאנאל דורך שרייבער און פארשטייער, און אודאי קענען מיר קיין סאך אויף דעם נישט בויען. אבער אזויפיל זאגט אונז דער רעזומעי אז דער איז א פאראנטווארטליכער מענטש, און אז ער שעמט זיך נישט מיטן עבר. אויב קען איינער אונז נישט אנווייזן אז זיין עקספערטיז קומט פון לערנען פון אנדערע, און פון עקספיריענס אויפן פעלד, דאס ווייזט אויף א שטאלץ וואס לאזט נישט וואקסן, און וועט קיינמאל נישט זיין ווירקזאם. דערפאר איז ער קיין קאנדידאט פאר דעם פאזיציע.

אויפן פסוק ויתילדו על משפחתם לבית אבותם, זאגט רש"י וואס חז"ל לערנען אונז, אז הביאו ספר יוחסיהן ועידי חזקת לידתם. ווען אידישע קינדער האבן מקבל געווען די תורה הק' די הייליגע מתנה פון הימל, האבן זיי געברענגט מדעת עצמם דעם ספר יחוס, און דאס איז דער טענה וואס מ'וועט ענטפערן פאר די אומה"ע ווען זיי וועלן שרייען אז מ'האט זיי גאר נישט געצווינגען צו נעמען די תורה, אז ווען מ'וואלט זיי ווען געצווינגען וואלטן זיי ווען אויך געהאלטן די הייליגע תורה. ווען מ'וועט זיי אבער בעטן צו ברענגען דעם ספר יחוסיהן וועלן זיי בלייבן שטיין און נישט קענען אקעגן קומען דערמיט.

לכאורה איז זייער שווער דער לשון פון דעם מאמר, צו איז דען דער "ספר היוחסין" וואס מ'ברענגט דער עיקר? איז עס דען נישט דער יחוס אליינס? איז דען א גרויסער נפק"מ צו עס איז על הספר, צו איז עס סתם אזוי דער פאקט אז דער יחוס פון די אידן איז פון די הייליגע אבות און אזוי ווייטער?

נאר מיטן אויבנדערמאנטער משל קען מען זייער גוט פארשטיין, אז דער עצם ברענגען דעם ספר יחוס, דער עצם זיך באציעהן צום דור הקודם, און לעבן מיט מסורה, און מער פון אלעם דאס כבוד וואס דער איד האט פאר עלטערן און אור עלטערן, אנדערש ווי דער גוי וואס קלערט אלס אז ער איז שוין קלוגער פון זיינע עלטערן איז דער איד אלס תולה זיין הצלחה אין די ארבייט און ווערק פון זיינע עלטערן, ער שפירט נישט ווי ער מינימיזירט פון זיין אייגן כבוד ווען ער איז מודה אז אלעס וואס ער קען איז פון זיינע עלטערן און זיינע רבי'ס.

ווען אידישע קינדער זענען געקומען צום מדבר סיני האבן זיי אומגעבעטן געברענגט זייערע ספר היחוס. עס איז שוין צופיל נישט געווען קיין נפק"מ וואס אינעם יחוס בריוו שטייט, דער עצם מציאות פון לאזן הערן אז אלעס וואס איך ווייס, אלעס וואס איך קען, איז צו פארדאנקען די דורות הקודמים, דאס האט קוואליפיצירט דעם איד מער ווי די אומות העולם.

און דאס איז טאקע דער פארלאנג "הביאו ספר יוחסין", עס איז נישט א חילוק גוטער יחוס אדער שוואכער יחוס, פארוואס ברענגט איר נישט דעם ספר יחוס? ווייל דער גוי האט אין זיך די מדה וואס אני והוא אין יכולין לדור, די מדה פון גאוה, די מדה פון זעלבסטווירדע וואס ווערט פארמינערט דורכן געבן קרעדיט פאר די עלטערן. יא, דאס אליין דאס הבאת הספר יוחסין, איז וואס האט פאר אונז אידן געגעבן דעם זעלטענעם מעדאל פון ענוה, די גאלדענע מדה. און האט געוויזן דעם אנגעוויזנקייט וואס מיר האבן צום מסורה, וואס דאס איז יסוד היסודות צו קענען האלטן די הייליגע תורה טייער און הייליג.

אבינו מלכנו בעבור שמך הגדול ובעבור אבותינו וגו'.