יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

א גרייצער פאר די איבונגען

פתח הגליון · פרשת בחוקותי

לאמיר גיין מאכן איבונגען זאגט דער אלטער גוי פארן יונגן אייניקל, ער איז אים מסביר ווי דער קערפער נויטיגט זיך אין די איבונגען, און כדי צו בלייבן געזונט און לעבן לאנג מוז מען מאכן איבונגען יעדן טאג. דער זיידע איז מאריך אין זיין לעקציע און גיבט אראפ די כללים פון די איבונגען, וויאזוי מ'דארף פארברענגען א שעה אדער מער זיך צו בויען דעם גוף.

דאס אייניקל איז נישט אזוי דערביי, ער וויל נישט פארשטיין וואס דער זיידע וויל, ער וויל יעצט שפילן מיט זיינע טשאטשקעלעך, און האט נישט קיין געדולד צו די ערנסטע געזונטהייט טעמע וואס וועט אים אנהייבן אינטערסירן ווען ער וועט שוין זיין אלט און מער באזארגט פאר זיין כח און געזונט.

דער זיידע גיבט א צוזאג פון א מטבע'לע פאר יעדן טאג וואס דאס אייניקל וועט פארברענגען די צייט מיט איבונגען, און די טעמע ווערט מער און מער הייס, עס פאנגט אן אויסצוזעהן ווי דאס אייניקל קויפט אפ דעם שפיל, און פאר אפאר גרייצער וועט ער שוין יא אביסל פארברענגען פון זיינע אינגע יארן פאר די איבונגען. אבער איין זאך וויל ער פארשטיין, און פרעגט דעם זיידן זייער קלאר:

זיידע טייערע, איך טוה דאך אסאך זאכן פאר מיין געזונט, איך עס, איך טרונק, איך שלאף, אא"וו, פארוואס גיבסטו מיר נישט א גרייצער פאר די אלע אנדערע זאכן וואס איך טוה? דו מיינסט דאך טאקע נאר מיין טובה, און דו ווילסט איך זאל אויסוואקסן א געזונטער גוי, אפשר מאך מיר א געשעפט אז דו וועסט מיר געבן יעדעס מאל איך עס פרישטאג א גרייצער, מיטאג א גרייצער, נאכטמאל א גרייצער?

דער זיידע איז מסביר פארן קינד, די אלע זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען אלע וואס דו וועסט אויפן מאמענט שפירן אז דו ברויכסט זיי האבן, און ווען דו וועסט עס טוהן וועסטו מאמענטאל שפירן אז דו האסט ערפיהלט א פארלאנג. ווען דו עסט וועסטו שפירן דו ווערסט זאט, און ווען דו שלאפסט ווערסטו אויסגערוהט. אנדערש זענען די איבונגען וואס די רעזאלטאטן וועלן ערשט קומען ווען דו וועסט עלטער ווערן און דאן וועסטו שוין נישט קענען צוריק דרייען דעם זייגערל, מוז איך דיר באיזה אופן געבן דעם מאמענטארן אפעטיט.

אם בחקתי תלכו ואת מצותי תשמרו ועשיתם אתם. אין תורת כהנים אויף דעם פסוק, אם בחקתי יכול אלו המצות כשהוא אומר ואת מצותי, הרי המצות אמורות, מה אני מקיים אם בחקתי, להיות עמלים בתורה. ע"כ

עס איז לכאורה זייער שווער, וואו איז מרומז אין חקות התורה דער ענין פון "עמל התורה"? עס זעהט ענדערש אויס ווי דער פסוק רעדט פון די חקים וואס האבן נישט קיין טעם, אוואו חז"ל זאגן אונז ביי חקת התורה ביי די פרה אדומה, אז עס איז א חק בלי טעם, איז דען אין דעם א רמז פון "עמל התורה"?

דער אוה"ח הק' איז מסביר אז דערפאר איז עס עמל און ווערט אנגערופן א חקה, איז ווייל אפי' א ענין וואס דער מענטש האט שוין כמה פעמים געלערנט, און שפירט אז ער האט עס שוין אין די האנט, איז די מצוה נאכאמאל און נאכאמאל איבערחזר'ן. דאס איז שוין א חק וואס פאר א פשוט'ן מענטש וואלט עס נישט געווען שכל'דיג, און נאר ווייל די תורה האט געהייסן אלס חק אז מ'מוז כסדר איבערלערנען דערפאר ווערט דאס אנגערופן א לשון פון בחקתי.

די הייליגע תורה לערנט אונז אונזערע פליכטן, וואס דאס וועט אונז ברענגען די אלע ברכות וואס די תוה"ק רעכנט אונז אויס, מיר זאלן היטן די מצות ד' און זיך אפגעבן מיט עבודת ד' אונזער גאנצן לעבן, און די אלע זאכן וועלן אונז ברענגן ונתתי גשמיכם בעתם, עס וועט זיין א שפע, און מיר וועלן זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט הרחבת הדעת און השפעות טובות.

איז פארט דא א חילוק צווישן די מצות און מעשים טובים וואס זענען קלאר מיט זייערע טעמים און כוונות, און לאזט אונז מאמענטאל שפירן דעם צופרידנהייט פון אנקומען צום תכלית, און ערפיהלן א געבאט פון מלך מלכי המלכים.

אנדערש איז דער ענין פון חזרת הלימוד, וואס דאס איז דאך עפעס אומפארשטענדליך, עס שפירט זיך נישט גראד צו וואס מ'ברויך דאס נאכאמאל און נאכאמאל איבערגיין, און נישט אויסלאזן א צייט אין טאג אן קיין לימוד התורה, והגית בו יומם ולילה, אט דער ענין ווערט באצייכנט אלס "עמל" עס איז א עמל, ווייל מיר דארפן דאס כסדר טוהן רעגולער אן קיין אויפהער, און יעדעס מאל ווען מיר לערנען איבער זענען מיר ווידער מקיים דעם "עמלים בתורה".

די הייליגע תורה האט א שיינקייט אז אפי' נאך הונדערט מאל איבערלערנען ווערן מיר כסדר קלוגער, און מ'לערנט אלס מער און מער ארויס ווי א מעיין שאין לה סוף, און עס שפירט זיך גארנישט ווי דער גשמיות'דיגער עמל וואס להבדיל דער גוי לייגט אריין אין לויפן יעדן טאג די זעלבע וועגן און שטעגן, עס שפירט זיך ווי חדשים בעיניך אפי' עס איז די זעלבע שטיקל גמרא וואס מ'האט נארוואס געלערנט.

דער חלק העמל איז נישט ווען מ'לערנט חידושים, און מ'איז אפי' נייגעריג צו וויסן וואס חז"ל לערנען אונז, יא עס איז אויף דעם אויך דא שכר, אבער עמל איז ווען מיר לערנען איבער דאס וואס מיר מיינען אז מיר קענען און ווייסן שוין, און עכ"ז לעשות רצון אבינו שבשמים לערנען מיר איבער די זעלבע גמרא. דאס לערנט אונז דער הייליגער אוהחה"ק ארויס פון פסוק.

אנו עמלים והם עמלים, זיי זענען עמלים, זיי נעבעך דארפן זיך אונטער קויפן מיט זעלבסט פאבריצירטע שכר אנצוגיין מיט דעם טעגליכן רוטין און נישט נמאס ווערן פונעם לעבן, מיר האבן אבער א הבטחה אם בחוקותי תלכו, מיר וועלן זיין עמלים, יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל ארויס נעמען דעם גרויסן גמרא פון שאנק און איבער חזר'ן דאס געלערנטע, דאס וועט אונז ברענגען די באלדיגע צופרידנהייט פון די ברכת השמים מעל, און מיר וועלן שפירן א טעם אינעם לערנען אפי' ביים טויזנט מאל חזרה.

אנדערש ווי דער גוי ביים טוהן די איבונגען וואס ער פלאגט זיך נעבעך יעדן טאג עקסטער נישט אויפצוגעבן אויף דעם קאלאמוטנע רוטין, איז די הייליגע תורה א ליכטיגקייט וואס שיינט ליכטיגער און ליכטיגער מיט יעדע חזרה וואס מיר מאכן דערויף.

אט דערפאר ווערט טאקע נאר די מצוה גערופן אם בחוקותי תלכו, אלס א עמלים בתורה, ווייל א זאך וואס מיר דארפן טוהן יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל און נאר לשם שמים, און צוגעוואוינען דעם פליישיגן גוף אז אפי' איך ווייס שוין, אפי' איך קען שוין, וועל איך צוליב דעם געבאט פון הקב"ה נאכאמאל לערנען, דאס איז א עמל, דער אנגייענדער יעדן טאגיגער חזרה איז דער ריכטיגער עמל.

זאלן מיר זוכה זיין צו לערנען תורה לשמה לעשות רצון אבינו שבשמים.