פארן קעניג שטייט פאר א טאג מיט ארבייט, ער האט פילע באשעפטיגונגען וואס דער קעניג דארף זיך מיט זיי באפאסן, עס שטייען פאר אים עבדים און שרים וועלכע ווארטן אויף די באפעלן פון קעניג וואס אויסצופירן. צוזאמען מיט די אלע קעניגליכע לייט שטייט דער בן מלך וועלכער וויל אויך שמועסן מיט זיין טאטן.
דער קעניג רעדט מיט זיין זון, און אלע עבדים שטייען מיט הכנעה און ווארטן אויס מ'זאל זיי ארויסגעבן באפעלן פארן טאג. דער קעניג פרעגט פונעם זון וויאזוי זיין פרישטאג איז געווען? ער אינטערסירט זיך איבער זיין געזונט, און איבער זיין פאמיליע. דערנאך זאגט אים דער קעניג, איך מיין אז פאר דיין געזונט וואלטסטו געדארפט יעדן טאג לויפן אביסל און זיך אויסשוויצן. אלס בן מלך וואס יעדער טוט דיר אלע דיינע באגערן קען דאס שאדן דיין געזונט ווייל דיר קומט נישט אויס זיך קיין סאך צו רירן. דעריבער זאלסטו יעדן טאג לויפן אן ערך פון א מייל, און אזוי האלטן דיין געזונט. איך וועל דיר שיין באלוינען יעדן טאג וואס דו וועסט מקיים זיין מיין באפעל.
דער בן מלך פארנויגט זיך מיט כבוד, און גרייט זיך מקיים צו זיין דעם באפעל פון טאטן. גראד נאך אים שטייט א עבד פון קעניג וועם דער קעניג האט א גאר ספעציעלע באפעל אויסצופירן א שנעלן שליחות, שיקן א בריוו צו א געוויסן הערשער אין לאנד וועלכער דארף באצאלן די שטייערן פון זיין גובערניע, דער קעניג באפעלט דעם עבד צו לויפן שנעל און צוריק קומען בעוד יום מיטן געלט.
ביידע לויפן ארויס, דער בן מלך, און דער עבד. אבער עס איז א גרויסער נפקא מינא, דער בן מלך דארף נישט צוריק קומען מיט א שליחות, דעם קעניג אינטערסירט נישט אויב ער טוט עפעס אויף ווען ער לויפט דער עיקר איז ער זאל לויפן און זיין געזונט.
ווידעראום דער עבד לויפט מיטן לעצטן אטעם, אבער דעם קעניג אינטערסירט בכלל נישט צו ער לויפט אדער ער פליהט, אדער ער גייט, דער עיקר איז ער זאל אויספירן זיין שליחות, און אויב פירט ער נישט אויס זיין שליחות בשלימות אך און וויי איז אים.
די ספרים הק' זענען מסביר דעם ענין פון אנו עמלים והם עמלים, ווען מ'קלערט אריין ווען איינער באשטעלט א קליידל ביים שניידער, אדער א שיך ביים שוסטער, אויב ווערט די ארבייט געמאכט בשלימות וועט מען באצאלן דערפאר, אויב אבער נישט איז דאך נישט שייך צו באצאלן, ווער באצאלט דען פאר די ארבייט? מ'צאלט פאר די רעזולטאטן.
און דאס איז דער חילוק צווישן די אידישע קינדער וועלכע זענען בנים למקום, און להבדיל די אומה"ע וועלכע זענען דא נאר צו ברענגען נוצן פאר דעם איד צו קענען זיצן און לערנען.
דער איד ווערט באצאלט שכר פאר די עמל, אויב קען ער לערנען איז אודאי גוט, אבער דער עיקר איז דער באפעל פון קעניג "היו עמלים בתורה" זייט עוסק אין די הייליגע תורה, פלאגט אייך אין די הייליגע רייד פון די תורה, עס איז צום געזונט און צום טובה פון דעם בן מלך.
ווידער דער גוי ארבייט און פלאגט זיך אפ זיין לעבן, אבער קריגט קיינמאל נישט קיין שכר פאר די "פלאג", ער מוז אלס האפן אז ער וועט עפעס האבן צום סוף פון זיין יגיעה, עס איז עפעס צו וואס ער איז נישט זוכה.
דאס דארפן מיר לערנען פון די וואכעדיגע פרשה. מיר זענען בנים למקום, מיר לויפן ווייל דער קעניג האט געהייסן לויפן לטובתינו, ווייל ער וויל אונז גוט טון, ווייל ער איז א טוב והמטיב און ער וויל געבן שכר פאר זיינע קינדערלעך, רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, נישט ווייל דער רבוש"ע דארף די פעולה אדער די חכמה פון אונז, נאר ווייל ער וויל אונז קענען געבן שכר בזה ובבא.
גוט שבת.