יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

פתיחת הזמן אין ישיבה

פתח הגליון · פרשת אמור

ביים פתיחת הזמן, עס שטייען די בחורים אין דעם פארצימער אין ישיבה, און ווארטן צו הערן וואו צו ווענדן זייערע טריט, וואו איז זייער שיעור? וואו איז דער דארמיטארי צימער? עס דרייען זיך די בחורים וואס זענען שוין תלמידים אין די ישיבה פון בעפאר, און ווי אויך א נייע גווארדיע פון יונגע בחורים וועלכע זענען נארוואס נתקבל געווארן אין די ישיבה צום ערשטן מאל, און קוקן זיך נאך צו מיט וואונדער און רוישיגע געפילן צום גאנצן ישיבה ווירטשאפט.

דער מנהל רופט אויס אז די בחורים פון שיעור ב' זאלן אלע קומען צום אנדערן עק זיך פארזאמלען ארום דעם מגיד שיעור פארן נייעם זמן. עס נעמט נישט לאנג און עס פארמירט זיך א געזעמל מיט אלע וואס באלאנגען צום אנגעגעבענעם שיעור, און דער שמועס גייט אין הויכע טענער איבער די תקנות פארן זמן און אזוי ווייטער.

ווען דער מנהל רופט אויס דעם שיעור א' וואס נעמט אריין די גאר פרישע בחורים, זעהט זיך אן א צעמישעניש אין זאל, מאנכע זוכן וואו צו גיין , אנדערע זענען פארגאפט פונעם ארום. דרייט זיך ארום זלמ'לע מיט זיין פעקל חפיצים און זעהט אויס היבש פארלוירן, זיינע מחשבות לויפן אים מיט אימפעט, ביז ער הערט א שטרענגערן טאן פון א משגיח וועלכער פרעגט אים מיט אביסל אויפברויז: דו האסט נישט געהערט וואו דו דארפסט גיין?

זלמ'לע ענטפערט דעם משגיח מיט גרויס דרך ארץ, ניין! ווען האט מען אויסגערופן מיין נאמען? איך האב גארנישט געהערט! דער משגיח ווייזט אים אן אז שוין פינעף מינוט וואס מ'שרייט אז שיעור א' דארף גיין צום ווינקל דרומית מזרחית.

זלמ'לע ענטפערט מיט קענטיגע שולדיג געפילן, טייערער משגיח, איך ווייס נאך נישט וואספארא שיעור איך בין? איך ווייס נאך נישט וואו דרומית מזרחית איז? איך בין דא דאס ערשטע מאל.

אמור אל הכהנים בני אהרן, שטעלט זיך דער אוה"ח הק' פארוואס שטייט קודם דער תואר כהנים, עס וואלט געדארפט שטיין קודם בני אהרן וואס איז דער נאמען, און הערשט דערנאך דער תואר הכהנים אזוי ווי דער סדר איז.

מיטן אויבנדערמאנטן משל קענען מיר אביסל פארענטפערן דעם קושי' וואס די מפרשי התורה פרעגן. עס איז דאך גאר באקאנט אז דער נאמען פון א מענטש איז איינגעווארצלט אין זיין געוויסן פון אלס קליין קינד, און ווען ער הערט נאר א קול וואס הענדלט אין זיין נאמען וועט דאס אים אין מח אויפוועקן און מאכן אומקוקן ווער עסס האט אים גערופן. עס איז א נאטורליכער אינסטינקט וואס השי"ת האט אונז אריינגעגעבן אין נאטור.

ווען דאס קינד ווערט עלטער קומט א תקופה ווען ער טוישט כסדר זיין שטאנד, ער שטייגט און שטייגט גייט פון כיתה צו כיתה, און עס נעמט אים א וויילע ביז ער פאררופט זיך כסדר אויף זיין נייעם בארוף, עס נעמט אים ביז חנוכה פון נייעם יאר צו רעגיסטרירן אין מח זיין כיתה, זיין יארגאנג, און אט לויפט אריבער נאך א יאר, און נאך א יאר, ביז ער האט א פאזיציע, א פרנסה און צעביסלעך ווערט ער פאררופן אויף זיין פרנסה, און אין בעסטן פאל אויף זיין שטעלע און ער געוואוינט זיך איין אין דעם נייעם טיטל וואס באגלייט אים פאר יארן לאנג.

עס איז דאס שטאלץ פונעם איד וואס ווערט אריינגעבויט אין די קינדערלעך און דארף כסדר ווערן געשטארקט, אויף אזא מין אופן אז דער נאמען זאל אים באגלייטן, און אים דערוועקן ווען ער הערט דאס. עס איז דער נאמען זיינער וואס ווערט געטוישט צום אייביגן טיטל פון "ערליכער איד" וואס דערמאנט אים און וועקט אים און מאנט פון אים.

די כהנים, אלס די סימבאלן פון עבודת ד' זייענדיג די כהני ד' ווערן אנגעזאגט פון די הייליגע תורה אריינצו ווארצלען דעם טיטל כהנים בעפאר דעם אייגענעם נאמען, עס איז דיין שטאלץ אז דו דינסט דעם אייבערשטן, וואס מיט דעם לעבט דער איד כל ימי חייו.

להזהיר גדולים על הקטנים, פון אלס קינדווייז אן צו געענקען אז אמר אל הכהנים, מיר זענען קודם כהנים, און דאס איז ביי אונז דער טיטל וואס וועקט אונזער מח, מיר שפירן עס נאטורליך, ווייל אזוי איז מען מחנך דעם איד.

דאס לערנט אינז די תורה די וואך, געדנקט וואס איז ערשט, און וואס איז אריינגעבויט אין אונזערע גלידער, דאס אנא עבדא דקודשא בריך היא.

פיהל וויכטיגער איז אבער אין אזא פאל אויך צו געדענקען נישט צו טון די מצוות ד' אלס א רגילות, עס ווערט שוין אזוי אריינגעווארצלט אין די טאג טעגליכע די עבודה וואס דער איד לייגט אראפ, דארף עס אן עקסטערע אזהרה, להזהיר גדולים על הקטנים, די גרויסע דארף מען הערשט ווארנען נישט צו טונן כמצות אנשים מלומדה נאר אלס געדענקען אז מיר זענען כהנים ערשט, און דערנאך בני אהרן.

גוט שבת.