שטייט דער רב פון שטאט אויף די בימה און האלט זיין יערליכע מוסר דרשה צום ברייטן ציבור, עס איז אזוי איינגעפירט אז יעדעס יאר נעמען זיך צוזאם דער גאנצער ציבור, און דער רב איז מעורר לתשובה, עס טוט זיך אין ביהמ"ד בכיות נוראות מצד די מער עלטערע אידן, און אסאך פארטרערטע אויגן צווישן די סתם בעלי בתים, און א ליילאך פון ערנסטקייט איז אויסגעשפרייט אויפן ציבור. ביז…
מאטקע שפאצירט אריין אין ביהמ"ד מיט א שיין געביגלטן איינצוג, געקרייזלטע שיינע פיאה'לעך, און א שמייכל פון איין אויער צום צווייטן, ער זעצט זיך אוועק צווישן צוויי ערנסטע בעלי בתים און הערט זיך צו צום רב'ס דרשה.
מאטקע איז א אינגערמאנטשיק וואס האלט אן זיינע שיעורים, ער קומט אין שוהל דאווענען אבער קיין גרויסער מר בר רב אשי איז ער נישט, אלזא עס איז נארמאל פאר אים צו קומען הערן דעם דרשה פון רב אלס א מיטגליד אין די קהלה, זיצט ער טאקע אויפן פלאץ און הערט זיך איין, אבער זיין שמייכל קומט עפעס נישט אראפ פון פנים ווי כאילו ער טראגט עפעס א וויץ אין מח וואס לאזט אים נישט מנוחה.
זיינע צוויי שכינים גאר ערנסטע אידן קוקן זיך אזוי צו צום פאראדאקס, דער רב וויינט און פארפירט איבער דעם שרעקליכן נעץ פון יצר הרע וואס לאקערט אויפן אידעלע, אלע זיצן פארוויינט און ערוועקט פון די ווארימע ווערטער, און וואס גייט דא פאר מיט מאטקע? אפשר פארשטייט ער פשוט נישט פון וואס מ'רעדט? אפשר איז זיין קאפ יעצט נישט דא מיט אונז און ער טראכט פון עפעס גאר אינדרויסן פון די פיר ווענט פון דעם שוהל. די שאלה עגבערט מער און מער.
אהיים גייענדיג פון די דרשה ווענדט זיך איינער פון די שכנים צו מאטקעלע און פרעגט אים מיט ערנסטקייט: זאג מיר נאר, וואס ביזטו געווען אזוי שמייכלדיג היינט ביי די דרשה? איך פארשטיי ביזט נאך א אינגערמאן און ס'קומט אפשר נישט אזוי שנעל צו וויינען, אבער אין יעדנספאל האט דאך דער רב גערעדט ערנסטע דיבורים, און וואס ביזטו אזוי פרייליך?
מאטקע ווי איינער וואס ווארט מ'זאל אים פרעגן ענטפערט מיט אימפעט: לאמיך דיר זאגן, איך בין געווען פרייליך, ווייל דער רב מיינט כלל נישט מיך, איך האב שוין אין א געוויסן זין בייגעקומען דעם יצר, איך קוק זיך צו ווי יעדער פלאגט זיך אזוי מיטן יצר הרע, און איך האב שוין ב"ה זוכה געווען אים צו בייקומען היבש אסאך, איך זאג נישט אז ממש אויף אלעם, אבער די תאוות און נסיונות וואס איך זעה ביי מאנכע וואס מיר אינטערסירן זיי בכלל נישט, דאס ווייזט מיר אז איך בין שטערקער פון יצר הרע אליינס. דעריבער בין איך פרייליך.
טייערער מאטקע, מ'קען נישט באזיגן יענעם'ס יצר הרע, יעדער האט זיך זיין אייגנס, אודאי איז דיין נסיון אנדערש ווי מיין, און אנדערש ווי א צווייטנס, אבער צו זאגן אז מ'באזיגט דעם יצר הרע דארט ווי ס'אינטערסירט בכלל נישט איז זיכער נישט קיין זיג.
עס איז פונקט ווי א מלחמה וואו די סאלדאטן זענען אהיים געקומען אלע צעביילט און צעבלוטיגט נאך א שווערן קריג וואס מ'האט קוים מיט צרות געווינען, נאר איין סאלדאט איז אהיים געקומען אויסגערוהט און מיט א געהויבענעם קאפ, אויסקוקנדיג ווי א העלד, ביז ער האט מסביר געווען אז ער האט מיט זיין חכמה איינגעזעהן אז אנשטאט צו שיסן דעם שונא וואו ער קען ווען אליינס ווערן געשעדיגט האט ער זיך געשטעלט אין א ווינקל און געשאסן אויף א בוים, און אויסגעגעבן זיין גאנצן אף וחימה און נישט צוריק געכאפט קיין איין קויל פון בוים.
די וואך אין די סדרה שטייט אין פסוק וכי תזבחו זבח תודה לד' לרצונכם תזבחו.
ווערט דערמאנט אין די הקדמה צום ספה"ק חקל יצחק, אז אמאל איז געווען א גרויסער צדיק וואס אויף די עלטער פלעגט ער זיך פירן צו קויפן גאר גרויסע פיש צום עסן, און נאר עסן א קליין ביסל. האבן אים די מעריצים געפרעגט אויב עסט ער נאר אזוי ווייניג וואס לוינט זיך צו קויפן דעם פיש?
האט דער צדיק געענטפערט ווען איך בין יונגער געווען פלעג איך מאכן גרויסע סיגופים, אבער אויף דער עלטער קען איך מער נישט פארטראגן אזוינע סיגופים, אבער איין זאך וואס גלוסט מיר נאך איז פיש, דעריבער כדי זיך מסגף צו זיין קויף איך א גרויסן פיש און איך האלט מיך צוריק פון עסן דערפון, און דאס איז מיין סיגוף.
דערמיט איז ער מסביר דעם פסוק וכי תזבחו זבח תודה לד' נאר דעמאלס איז עס א זבח לד' ווען "לרצונכם תזבחו" ווען דאס איז דיין אייגענע רצון, דיין תאוה, וואס דו ברענגסט פאר א קרבן.
עס איז אמאל זייער גרינג זיך מסגף צו זיין, אדער צו נתעורר ווערן אויף זאכן וואס דער שכן האט דערמיט א פראבלעם, און אודאי דארף א איד האלטן אלע מצוות צוגלייך, אבער דעם נסיון, דעם מלחמה אין וועלכן דער איד דארף שטענדיג זיין קאמפסגרייט איז דארט ווי ער האט א שוואכקייט, אט דאס איז זיין נסיון זיין יצר הרע און נאר דארט קען ער זיגן דארט וואו ס'איז דא דער קריג.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו תשובה שלימה און בקרוב גיין קעגן גואל צדק אמן.