יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

שלעפט נישט די בגדים

פתח הגליון · פרשת קדושים

אינעם גרויסן קאנווענשאן צענטער זענען זיך צוזאמגעקומען די טויזנטער ארבייטער פון די פירמע, וועלכע זיצן און ווארטן צו הערן פון דעם הויפט בעאמטער וואס די פלענער פארן צוקונפט איז פאר די קאמפאני, און ווי אויך א באריכט איבער די פאראיאריגע עררייכונגען.

עס איז שוין אזוי א יערליכע איינפיהר אז מ’קומט זיך צוזאמען און מ’שמועסט אויס די ביזנעס אנגעלעגנהייטן. פארשטייט זיך אז נישט יעדער קען אריינקומען נאר די ספעציעל געלאדנטע ארבייטער און איינגעשטעלטע פון אלע ראנגען אין די פירמע. אויפן איינלאדענונג בריוו שטייט קלאר אז די קליידונג דארף זיין ביזנעסדיג, און מ’דארף ברענגען א רעקל און א שניפסל כדי צו ברענגען א פראפעסיאנאלע אטמאספערע אין דעם צענטער, ווי עס פאסט זיך פאר אזא גרויסע פירמע.

יעדער איז טאקע געהארכזאם און מ’קומט אנגעטוהן איינשטימיג מיט די פארגעשריבענע פארלאנגען, אויסער איינער, ער איז אנגעטוהן מיט זיין געוויינליך וואכעדיגע גויאישע קליידונג, ער גייט מיט קורצע ארבל און פארריסענע בגדים וועלכע שטייען גוט פאר אן ארבייטער אויפן קאנסטרוקציע זאנע, און זעצט זיך אוועק צווישן די טישן און זיפט א גלעזעלע וואסער כאילו נישט אויף אים זענען יעצט אנגעשטעלט די אויגן פון זיינע ארומיגע מיטארבייטער וועלכע קענען זיך נישט אפוואונדערן פון די חוצפה וואס ער פארמאגט.

איינער נעמט זיך די מוהט און פרעגט אים שטיל אין אויער, זאג נאר: דו האסט נישט געליינט אויפן בריוול אז מ’דארף קומען ספעציעל מיט א רעקל און א שניפסל ווי א ביזנעס מאן? וואס איז דאס מיט דיר אז דו רעכנסט דיך בכלל נישט מיט די רעגולאציע?

וואס פאלט דיר איין? פרעגט ער צוריק, און נעמט אפיר א זעקל אין וועלכן עס ליגט שיין צוזאמגעלייגט א ראק און א גאר שיינעם שניפסל וועלכעס איז שייין געביגלט און הערליך פארפאקט. איך וועל דיר נאך זאגן נאך מער ‘ענטפערט ער מיט חכמה’ איך וואונדער מיך וואס די בעלי בתים ווילן דא? דו ווייסט דאך ווי שווער ס’איז צו שלעפן אלע אונזערע ביכער וואס מיר נוצן דא ביים אסיפה, און צו דעם נאך שלעפן א פעקל בגדים? וויאזוי באווייזט דאס יעדער?

דו ברויכסט אנטוהן דעם געוואנט! מיין חבר! עס איז נישט דער באפעל מ’זאל עס ברענגען אהער און האלטן אין זעקל, דו דארפסט דאס אנטוהן! און ווען דו טוסט אן די בגדים זענען זיי גאר נישט שווער צו שלעפן בכלל, דו וועסט ניטאמאל שפירן אז דו האסט זיי מיטגעברענגט.

קדושים תהיו כי קדוש אני ד’ אלקיכם.די מפרשי התורה שטעלן זיך אויף דעם פסוק, עס זעהט אויס גאר שווער צו פארשטיין, אז די סיבה פארוואס אידישע קינדער זאלן זיין הייליג איז צוליב דעם וואס השי”ת איז הייליג? צו איז דען א פארגלייך? צו קען דאס מחייב זיין א בשר ודם זיך צו צושטעלן צום מלך מלכי המלכים?

עס ווערט פארענטפערט אויף פארשידענע אופנים, דער אוהחה”ק פארענטפערט דאס אז טאקע דאס איז די סיבה פארוואס מיר קענען זיין הייליג איז נאר צוליב דעם וואס אונזער איינציגער באשעפער איז אזוי הייליג, און דאס גיבט אונז די כח און רשות זיך צו הייליגן.

מיר וועלן ענטפערן מיט דעם אויבנדערמאנטן משל.

איןדי ספרים הקדושים ווערט אויסגעשמועסט באריכות ווי שטארק עס איז דער חילוק צווישן א מצוה וואס ווערט געטון אן קיין הארץ און מחשבה, אדער א מצוה וואס ווערט געטון מיט די ריכטיגע כוונות פון זיך מדבק זיין במדותיו און טוהן דעם רצון ד’ באהבה, די ספרים הק’ רופן עס מלובש מיטן קדושה ער איז איינס מיט די הייליגע תורה ומעשים טובים.

עס שפירט זיך אזוי אנדערש ווען די קדושה איז א זאך וואס מ’שלעפט אין א פעקל און טראץ מ’ווייסט וואו דאס ליגט, און מ’לערנט אפי’ איבער דעם אלעמאל, איז עס ווי דאס פעקעלע בגדים וואס מ’שלעפט זיך מיט און מ’פארגעסט אנצוטוהן. די ספרים הק’ לערנען אונז אז א איד איז נאר דעמאלס אין די מדריגה פון קדושים תהיו ווען ער איז מלובש מיט די קדושה , און ער לעבט דערמיט יעדע מינוט פון לעבן, עס איז נישט קיין שאלה פון מותר און אסור, אדער חייב און פטור, עס איז א שאלה פון העכערע אהבת ד’ וואס דער איד שפירט וואס דאס ווייזט אים דעם דרך אשר ילכו בה, צו קענען מקיים זיין דעם קדש עצמך במותר לך.

זאל מיר אלע זוכה זיין צו שטייגן בתורה וקדושה עדי ביאת גוא”צ בב”א.