יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

האסט ליב דיין חבר?

פתח הגליון · פרשת קדושים

דער מלמד שטייט מיטן טעפל און סערווירט פאר די קינדערלעך אין חדר א נארהאפטיגן מיטאג, ער רופט אויס מיט פאטאס: ווער האט ליב פיינע זופ?

מעכעלע שפרינגט אונטער אז ער האט ליב זופ, זיין שכן זלמ'לע שטרעקט אויך אויס א האנט אין די הייעך אלס קאנדידאט.

דער מלמד גיבט פאר ביידע א פוהלע פארציאן פונעם פיינעם זופ, און גיבט זיך ווייטער אפ מיט די איבעריגע קינדער פון חדר, ער דארף מאכן זיכער אז יעדער עסט צו דער זעט כדי צו קענען ווייטער אנגיין מיט די לימודים היינט.

נאך א פופצן מינוט קוקט ער מיט שטוינונג ווי מעכעלע זיצט ביים פוהלן טעלער און רירט נישט צו צום זופ בכלל. פרעגט ער אים, מעכעלע, וואס האט פאסירט? האסט דאך געזאגט דו גלייכסט דעם זופ?

מעכעלע ענטפערט פארן מלמד: אז איך האב עס ליעב וועל איך עס דען אויפעסן? איך וויל עס האלטן פאר אייביג!

ואהבת לריעך כמוך.

צוויי גרויסע פיליזופן האבן זיך אין דעם ענין פון ליבשאפט געקריגט, אפלטון האט געזאגט אז ליבשאפט איז דאס מערסטע שייך ביי צוויי קעגנשטאנדן פון אנדערן כאראקטער, און פון פארשידנארטיגקייט. למשל, ווען די ערד וואס איז טרוקן האט ליב דאס פייכטקייט פון דעם רעגן, און אזוי וואקסט פון איר שיינע פירות.

אריסטו דער רבי פון פיליזאפיע זאגט אנדערש, עס איז א טעות אז דער גאנצער ליבשאפט איז ביי געגנשטאנדן, עס קען נאך שטערקער און פיהל מער זיך זעהן ביי מין במינו, ווי למשל מ'זעהט אז מענטשן פון איין גאטונג, מיטן זעלבן מיינונג אדער פון זעלבן געמיינדע וועלן זיך מער ליב האבן ווי איינעם פון דער פרעמד.

נאר וואס דען? עס זענען דא צוויי סארט ליבשאפטן, עס איז דא ווען מ'האט "זיך" ליב, און כדי צו קענען פיטערן דעם "זיך" מוז מען אנקומען צום געגנשטאנד, און דערמיט זעטיגן די גלוסטעניש אדער די ליבשאפט. דאס איז ווי למשל ווען איימציער האט ליב א מאכל, האט ער נישט ליב דעם מאכל, ער האט ליב דעם טעם וואס דער מאכל מאכט אים שפירן ביים עסן, און ביי דעם ענדיגט זיך עס.

ווידעראום ווען מ'רעדט פון ריכטיגע ליבשאפט איז עס ווען מ'רעדט פון איינעם וואס טאקע פונקט ווי מיר, איינער וועלכער פארקויפט א געוויסן חפץ און ער האט ליב א צווייטן וואס פארקויפט אויך דעם זעלבן חפץ, אט דאס הייסט ריכטיגע ליבשאפט, עס איז נישט קיין גרינגער ליבשאפט וואס קומט צו פיטערן די אייגענע גלוסטענישן נאר ממש ווייל ער שפירט א אינערליכע אהבה צו דעם פערזאן.

דערמיט איז מסביר דער הייליגער ערבי נחל די וואך אין די סדרה. ואהבת לריעך כמוך, פון וועלכן סארט ליבשאפט רעדט מען דא? וויאזוי דארף מען ליב האבן א חבר? "כמוך" ווען ער איז פונקט ווי דיר, אפי' ווען ער טוט דאס זעלבע ווי דו, ער איז נישט איינער וועלכער וועט זעטיגן דיינע תשוקות אדער גלוסטענישן נאר ער איז פונקט אקוראט ווי דיר. דאס איז די אהבה פון וואס די הייליגע תורה רעדט.

ליב האבן א חבר, נישט אים אויפצועסן לעבעדיגערהייט! נישט ווען דער חבר איז א לוקח פאר מיינע סחורה! און נישט ווען ס'איז דא א בליק צו באקומען עפעס אויף צוריק, דאס איז די ריכטיגע אהבת חברים מיט וואס אידישע קינדער צייכענען זיך אויס.

גוט שבת.