פ' אחרי תשע"ו
"מלחמה" א ווארט וועלכעס האט א גאר אלטן און אומגעענדערטן באדייט פון קריג, און בלוט פארגיסונג, עס איז דער מעטאד מיט וועלכן לענדער האבן פון ווען דער מענטש האט אנגעהויבן זוכן שררה געברענגט פארלוסטן און געווינסן דורך קריג און פארניכטונג.
טראץ איר אומגעענדערטן ציהל האבן זיך אירע פארניכטונגס מיטלען געטוישט דראמאטיש, און ווי א דור שפעטער איז זי געווארן מער און מער סאפיסטיקירט און מער ווירקזאם צו שעדיגן אויף ווייטערע שטרעקעס און מערערע מענטשן אויף איינמאל.
געווען אמאל א צייט ווען די לאנדס זעלנער פלעגן מיט שווערד און פאנצער זיך אנגרייפן איינער דעם צווייטן, און כל דאלים גבר, ווער עס האט בעסער זיך אויסגעטויגט מיטן שווערד איז ארויס א זיגער, און דער אנדערער איז געפאלן א קרבן צום קריג.
ווען די קעניגן פלעגן אויסרופן קריג, זענען די שווערדלעך ארויסגעצויגן געווארן פון די האלטערס און געפאכעט דעם שונא, ביז אין די בליץ רגע וועלכעס דער מלך האט גאלאזט אויסרופן "האלט!" עס איז א וואפן שטילשטאנד!, ווען דאס האט פאסירט, האבן די שווערדן זיך גענידערט און מאמענטאל צוריק אריין אין די האלטערס און מער איז קיין בלוט נישט פארגאסן געווארן.
ווען די מלחמות האבן אנגעהויבן צו טראגן א מער סאפיסטיקירטן כאראקטער, און מ'האט אטאקירט דעם שונא פון דערווייטנס מיט די ווארף שטיינער, און מיט די קאנאנען שיסעריי, וועלכע האבן געגעבן א געלעגנהייט צו אטאקירן און נישט ווערן גלייך צוריק אטאקירט. איז אבער דער באפעל פון "האלט!, וואפן שטילשטאנד!" נישט געווען דאס מערסטע ווירקזאם נאר נאך מינוטן און אמאל אפילו לענגער צוליב די שטיינער און קאנאנען וועלכע זענען שוין ארויסגעשיקט געווארן בעפאר דעם באפעל, און האבן שוין נישט געקענט צוריקגעצויגן ווערן.
עס איז נעבעך געווען פון די שווערסטע מלחמה קרבנות די יעניגע וועלכע זענען געפאלן נאכדעם וואס א וואפן שטילשטאנד איז שוין געווען אין קראפט, נאר צוליב דעם קאנאן אדער קויל וועלכעס האט שוין נישט געקענט צוריק געצויגן ווערן.
עס איז אט דער שטיין, אט דער קאנאן, וועלכעס האט געקענט נאכאמאל צופלאקערן דעם קריג, און צעווארפן די שלום באמיאונגען צווישן די פעלקער.
דאס קליינטשיג שטיינדל האט געקענט חרוב מאכן אלס צוליב דעם אומקאנטראלירבארן אימפעט מיט וואס זי פליהט גאר ווייטע שטרעקעס.
כמעשה ארץ מצרים אשר ישבתם בה לא תעשו וכמעשה ארץ כנען אשר אני מביא אתכם שמה לא תעשו ובחקתיהם לא תלכו.
דער אור החיים הק' אויף דעם פסוק איז ווי באקאנט פון די יסודות וואס באגלייטן א אידיש קינד. און מיר וועלן אביסל איבערטייטשן זיינע הייליגע רייד אויף אונזער לשון.
עס איז באקאנט וואס די גמרא אין מס' ע"ז זאגט אז אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. עס איז נישט פארהאן א מצוה אדער א עבירה וואס איז פארלאנגט פון מענטש צו טוהן און ס'זאל נישט זיין ביכולתו דאס צו דערגרייכן.
אויסער ווען עס קומט צו דעם הארבן איסור פון פרישה מעריות, וואס אויב דער מענטש לאזט דעם חשק צו אזא הארבע עבירה זיך אויפבויען ביים אים, איז ממש אוממעגליך צו געוועלטיגן אויף דעם שרעקליכן אש בוער פון יצר הרע.
עס איז נאר פארהאן איין עצה צו קענען ביישטיין די שרעקליכע יצר הרע אויף די עבירות דורך היטן די הייליגע אויגן פון זעהן וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און דורך קאנטראלירן די מחשבות נישט אריינצוקלערן טיעף אין די שמוציגע עבירות ווען אפי' עס לויפט אמאל דורך אן אומריינער מחשבה, גראד טראכטן פון תורה און קדושה און נישט צוריק קלערן פון די עבירה ח"ו.
עס ברענגט אונז דער הייליגער אור החיים ראיות פון די גרעסטע אין אונזער פאלק א שטייגער ווי רב עמרם חסיד וועלכער איז געווען דער רבי פון חסידים, און פון דעסט וועגן אויב האט ער געלאזט איינמאל זיין מחשבה משוטט זיין איז ער שיער געקומען לידי חטא, און אזוי ברענגט די גמרא פון רבי מתיא בן חרש וועלכער טראץ זיין קדושה האט געשפירט אז כדי זיך צו מונע זיין מן החטא מוז ער אויסברענען זיינע הייליגע אויגן, וויסנדיג אז דאס איז די עבירה וואס דער מענטש קען ח"ו פארלירן דעם קאמף נישט קיין חילוק ווי הייליג ער איז, אויב פאלט ער דורך מיט א ראי' אסורה.
אלזא וויאזוי טאקע קען א מענטש פון פלייש און ביין, מיט אזוינע הארבע פייערדיגע יצרים זיך ספראווענען. זאגט דער אור החיים הק' אז דאס זאגט אונז דער פסוק כי אני ד' אלקיכם, דאס איז א ספעציעלע כח וואס נאר דורך די ג-טליכע הילף פון אויבן קען דער איד ביישטיין דעם פייער פון יצר הרע.
ווי שטארק חיזוק די רייד זענען פאר אונז ווען מ'איז נאך נישט דורכגעפאלן מיט אזוינע הארבע חטאים, איז עס כמים קרים פאר א איד וואס דארף תשובה טוהן און ארויסקריכן פון זומפ אין וועלכן ער איז נעבעך אריינגעשלעפט געווארן בלא יודעים, ווי ער שרייבט ווייטער אז אט דאס איז טאקע די סיבה פארוואס חז"ל זאגן אונז אז במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד. עס איז דער בעל תשובה, דער וואס האט נעבעך שוין טועם געווען טעם חטא, און ער מיט אלע חמדות ותשוקות וואס דער יצר הרע האט מצליח געווען אריינצוברענגען אין זיין מח'ל, שטארקט ער זיך און פארשפארט די צוויי שווערסטע טירן צו די הימלישע כוחות פון "זעהן" און "טראכטן", וואס דער טמא'נער גוי ווייסט נישט וויאזוי צו באהערשן, און קען נישט באגרייפן אז אזוינס איז גאר שייך, צו קאנטראלירן דעם טייערן מתנה די אויגן, און אודאי איז אים נישט אפי' אין זינען וויאזוי מ'קען די מחשבה אליינס צוימען. דאס אלעס איז הימלישע כוחות וואס דער אידעלע קריגט פון זיין טאטן אין הימל.
דאס זאגט אונז דער פסוק כמעשה ארץ מצרים וגו' טראץ וואס איר אידן זענט געווען אין דעם גרעסטן מקום זוהמה, די נידריגסטע פאלק אויפן כדור העולם האט באהערשט די אידן, און פון דעסט וועגן אלס ווייל אני ד' אלקיכם, האבן ענק די איבערמענטשליכע כוחות זיך צו שטארקן אויף דעם וואס איר האט דארט געזעהן און געקלערט.
דער הייליגער אור החיים לערנט אונז אבער א גאר הייליגן לימוד, א חילוק צווישן אלע עבירות און אט די הארבע עבירה פון עריות וועלכעס קומט פון זינדיגן מיטן אויג און מיטן מחשבה. ער לערנט אונז אז דאס התגברות היצר דארף זיך אנהייבן א גאר ווייטע שטרעקע פון בעפאר דער מענטש קומט ח"ו לידי עבירה. עס איז א חכמה און א הייליגער כח וואס דער איד פארמאגט צו קענען זיך דערווייטערן פון א חטא נאך סאך בעפאר ער קומט דערצו.
איינמאל אז דער מענטש לאזט זיינע אויגן וואנדערן, אדער די מחשבה ארום בלאנדזשען, דארף ער שוין אט די הימלישע כוחות זיך צו קענען מתגבר זיין, און עס איז שוין ווי ארויס פון זיין אייגענעם כח, ער דארף זיך באנוצן מיט די שטערקסטע מעטאדן פון תפילה ותחנון צו בעטן דעם בורא עולם פאר ניסים גילויים נישט אריינצופאלן ח"ו אין דעם גאר שרעקוועדיגן נעץ פון יצר הרע.
אנדערש ווי דער געוויינליכער מלחמה וואס ווערט געפירט מיט די כלי זיין וואס קענען ווערן אפגעשטעלט מאמענטאל, איז דער ווייט שטרעקיגער מיסיל אדער באמבע און אפילו א ווארף-שטיין וועלכעס איז שוין אויף איר וועג צו שעדיגן און קען דורך א מענטשליכע כוח נישט ווערן אפגעשטעלט.
די שרעקליכע כלי זיין דארפן ווערן אפגעשטעלט נאך בעפאר זיי ווערן ארויסגעווארפן, ווייל ווען זיי זענען שוין ארויסגעשיקט אויפן וועג, איז דרכם להזיק, און נאר א נס קען אפשטעלן זיי פון שעדיגן און דערגרייכן זייער שרעקליכן ציהל.
עס זענען אט די ארויסגעשאסענע קוילן און קאנאנען וועלכע ברענגען נעבעך א חורבן שוין נאכדעם וואס דער אידעלע פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו דערנענטערן צו אבינו שבשמים, עס איז נעבעך אינטערוועגנס און איז בדרך הטבע אוממעגליך אפצושטעלן. נאר די הייליגע און הימלישע כח וואס דער "אני ד' אלקיכם" גיבט פאר אונז אידן איז בכח צו העלפן אז דער געשאסענער קאנאן זאל אומשעדליך ווערן צייטליך.
דערפאר איז אונז כלל ישראל אין דעם דורו של משיח א כבוד אז מיר האבן ב"ה היינט צו טאג אריינגעשטעלט תיקונים און אנגענומען די הוראות פון אונזערע מורי דרך זיך צו דערווייטערן פון די נייעסטע טעכנעלאגישע וואפן וואס דער יצר הרע נוצט, וועלכע זעהן אויס אזוי אומשולדיג און ליגן אין טאש פונעם מענטש מכלומר'שט אלס א באקוועמע געשעפטס מיטל, און איין קליינער דרוק אויף א אומשולדיגן קנעפל קען נעבעך ארויסשיקן דעם ווייט שטרעקיגן מיסל וועלכעס דערגרייכט איר ציהל און קען נישט אפגעשטעלט ווערן מיט די געוויינליכע כוחות הנפש וואס דער מענטש פארמאגט.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו תשובה שלימה, מאהבה ושמחה, וביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
גוט שבת