(פ' תזריע תשע"ו)
יעדעס יאר קומט פאר אין לאנד א העפטיגער פארמעסט וואו עס שטעלן זיך ארויס די פלינקסטע לייט, און לויפן א גאר לאנגע שטרעקע, און ווער עס קומט אן ערשט דער געווינט א גאר גרויסן געלט פרייז.
פארשטייט זיך אז כדי צו קוואליפיצירן צום אנטייל נעמען אין דעם געלויף דארף מען זיך שטעלן צו בעפארברייטענדע פארמעסטן, און מ'זעהט ווער איז ראוי, און ווער האט אפי' אויסזיכטן צו געווינען דעם פארמעסט.
ווי דער סדר אין דער אלטער היים, ברענגט זיך יעדער האר זיינע משרתים און קנעכט וועלכע ער האלט זיי קענען אין דעם פארמעסט געווינען, און אזוי ארום אהיים ברענגען פאר זייערע בעלי בתים דעם שיינעם געווינס. און די היציגע געשפרעכן צווישן די וואס לויפן פארן הויפט געווינס און טענה'רייען יעדער איבער זיין משרת אדער עבד'ס גבורה גייען אויף די העכסטע טענער.
פאר איינעם פון די לויפער'ס איז איינגעפאלן א נארישער געדאנק, אזוי ווי ער ווייסט דאך וואו מ'דארף אנקומען אין די ענדע ביים סוף פון דעם גרויסן שטרעקע וואס אזוי געווינט מען דעם פארמעסט, וועט ער זיך שטעלן גראד נאך פאר מ'הייבט אן צו לויפן, אהין ביים עק, און ער וועט נאך געווינען בעפאר דער גאנצער פארמעסט פאנגט זיך אן.
פארשטייט זיך אז עס האט נישט גענומען צופיל מסביר צו זיין אז דא איז די חכמה נישט אנצוקומען צום עק, נאר דורכצולויפן דעם גאנצן וועג כדי אנצוקומען אהין. עס איז קיינער נישט אינטערסירט צו קוקן און עס ציהט נישט קיין צושויער צו זעהן אז דו שטייסט ביים עק אלס געווינער, די מענטשן וואס צאלן געלט צו זעהן דעם פארמעסט ווילן זעהן דעם געלויף, זיי ווילן אפלאדירן דעם גבורה פון לויפן, און דער ענדע ליניע איז נאר כדי צו קענען מעסטן ווער עס האט באמת געמאכט דעם שנעלסטן געלויף.
אשה כי תזריע וילדה זכר, זאגט דער מדרש הדה"ד אחור וקדם צרתני, זכה אומרים לו אתה קדמת לכל מעשה בראשית, לא זכה אומרים לו יתוש קדמך.
קען זיין דער פשט אין דעם מדרש. אויב קלערט מען אריין וואס איז דער מענטש מער פון דעם בהמה און חי', ומותר האדם מן הבהמה אין, דאס אז דער מענטש האט א כח זיך מתגבר צו זיין אויף זיינע מדות, זאגט דער הייליגער יטב לב אז דאס איז דער מותר מן הבהמה, אז ער קען זאגן "אין" ער קען זאגן ניין אפילו ווען עס וואלט אים אנדערש געצויגן.
די משנה זאגט ר' יהודא בן תימא אומר הוי עז כנמר וקל כנשר רץ כצבי וגבור כארי, קען דאך דעם מענטש זיך שטעלן א הארבע פראגע, אויב איז דער מענטש נאר אזוי גוט ווי דער חי' וועלכער איז נאטורליך באשאפן מיט אט די אלע געוואלדיגע מדות פון וועלכן דער מענטש מוז זיך גאר לערנען, אלזא וואס איז דער מענטש מער פון די חי' און בהמה? ער נעמט דאך אפי' זיינע גוטע מדות פון זיי. זענען זיי דאך גאר בעסער פונעם מענטש.
אט דאס איז דער לימוד וואס מיר לערנען די וואך אין די פרשה מיט דעם וואס די הייליגע תורה רעכנט אויס די פרשה פון דעם מענטש נאך די פרשה פון די בהמות צו ווייזן, אז די חכמה פונעם מענטש איז אז אפי' אויב איז ער באשאפן געווארן מיט געגנזייטיגע מדות, וועלכע שלעפן אים צום נישט ריכטיגן וועג, און ער האט די גבורה זיך מתגבר צו זיין אויף זיי, ער קען נעמען די נאטורליכע מדות פון די חי' און בהמה, און זיי נוצן מיט שכל ווען עס פעלט זיך אויס, דאס איז די גבורה פונעם מענטש.
דערפאר האבן די בהמות און חיות געדארפט באשאפן ווערן בעפאר דעם מענטש, כדי דער מענטש זאל קענען גראד לערנען א לימוד פון זיי, פון יעדן אויף זיין שטייגער, ארויסצונעמען פארן עבדות ה'.
זכה אומרים לו אתה קדמת לכל מעשה בראשית, עס איז דער מענטש פאר וועם די אלע מעשי בראשית זענען באשאפן געווארן כדי אים צו העלפן דינען דעם הייליגן באשעפער, אויב אבער זענען זיינע מדות נאר גוט ווען ער האט זיי נאטורליך, און נאר די מדות טובות וואס קומען אים אן גרינג דאס טוט ער פראקטיצירן, איז ער דאך גארנישט מער ווערד ווי דאס יתוש'ל וועלכעס האט אויך אירע אייגנשאפטן און קען זיי גאר נישט טוישן.
רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות, ער האט זיי געגעבן א הייליגע תורה כדי צו "לויפן" אויף דעם לאנגן וועג ביזן אנקומען צום תכלית הנרצה, ער זאל זיך דארפן ספראווענען מיט די שוועריגקייטן, און אפי' ווען ער פאלט זאל ער ווייטער לויפן, און מיט אלע כוחות דורכגיין ביז די ענדע ווען ער וועט זוכה זיין צום אייביגן גוטס וואס איז אנגעגרייט פאר אים.
דער מענטש אנדערש ווי די מלאכים, לעבט נישט גראד אין דעם גן עדן, ער האט א געלויף וועלכעס ברענגט אים א שכר וואס אפי' שרפי מעלה קענען דערצו נישט אנקומען, אלס פארן לויפן, און פארן זיך פלאגן אויף די מעשים טובים, נישט ווי די חיות ובהמות וואס ווערן באשאפן מיט זייערע אריינגעבויטע מדות, און נישט ווי די מלאכים וועלכע זיצן גראד דארט אהובים וברורים און דינען דעם בורא אין לויטערקייט אן דארפן דורכלויפן די שוועריגקייטן וואס דער בשר ודם דארף דורכגיין.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן קענען אויסארבייטן אונזערע מדות און עוסק זיין במצות ומעשים טובים כראוי על דרכי התורה והיראה. אמן.