אין דארף האבן געוואוינט נישט קיין סאך אידן אבער גענוג אויף צו שאפן אן אייגן קרעמל, א שוהלעכל וואס מ'האט גענוצט צום דאווענען און פארן שיעור חומש רש"י יעדן דאנערשטאג, און אזוי האבן זיך די פארגרעבטע אידן געהאלטן ווי א קליינע קהלה אין דעם וויסטעניש פון די מאטערנדע פעלד ארבייט.
אין דארף זענען באקאנט געווען די צוויי אזויגערופענע גבורים וועלכע פלעגן קענען דורכפירן אלע שווערסטע פיזישע ארבייט צו יעדע צייט, זלמן און פייוול, אבער זלמן איז איבערגעשטיגן לויט אלע ווארשיינליכקייטן די גבורות צום העכסטן גראד, בלייבנדיג איינשטימיג דער גבור אין דערפל, וועלכעס האט אים געברענגט א געוויסע עהרע און רעספעקט פון די ארומיגע וואס האבן מורא געהאט מיט אים זיך צו פארטשעפען.
האט מען אמאל אין א שמועס באוואונדערט דאס ברודערליכע אויפפירונג צווישן די צוויי שטארקע לייט, ווי טראץ זייער אומנאטורליכע כח, זעהט מען נישט זיי זאלן זיך אמאל צושלאגן, אדער אפי' צעווערטלען, נאר האנדלען מיט ברודערליכע ליבשאפט ווי ס'פאסט פאר אידן.
קלמן וועלכער איז געווען נישט קיין גרויסער חכם, און נישט קיין קליינער נער, אלס האט ער געמוזט אריינרעדן אין די שמועסן פון די עלטערע און קלוגערע אין דערפל, אלס האט ער איבער געלאזט א שמייכל ביי די צוהערער. שטייענדיג ביי דעם שמועס האט ער זיך נישט געקענט צוריק האלטן און אויסגערופן מיט פאטאס און אומאיינגעהאלטענע גאוה צו די ארומיגע: איך בין גראדע נישט געוואוינט זיך אליינס צו רימען, אבער איך מיין אז אמאל מעג דער אמת געזאגט ווערן, אז איך אליינס האב ב"ה אויך די גוטע מדה פון זלמן און פייוול, און איך פיהר זיך מיט זיי ווי א גוטער ברודער, איך בין נאך מיט קיינעם פון די צוויי קיינמאל נישט אריין אין קיין געפעכטן ב"ה, און אודאי האב איך נאך א האנט אויף קיינעם פון זיי נישט אויפגעהויבן קיינמאל.
דער געלעכטער איז געווען גאר הויך, די ארומיגע האבן נישט געקענט גענוג מסביר זיין פאר קלמן'ען וועלכער האט נישט פארשטאנען פארוואס מ'לאכט פון אים, אין די צייט וואס ער האט די זעלבע שיינע מדה וואס מ'האט דא פריער אזוי באוואונדערט. עס איז אים נישט אריין אין קאפ פארוואס איז ביי אים א קלענערע חכמה דאס נישט איינרייסן מיט די גבורים ווי ביי זיי זעלבסט.
די וואך אין די סדרה אויפן פסוק ויאמר משה אל אהרן קרב אל המזבח, זאגט רש"י הק' שהי' אהרן בוש וירא לגשת אמר לו משה למה אתה בוש לכך נבחרת.
דער הייליגער רבי אלימלך אין ספה"ק נועם אלימלך איז מפרש דעם פשט אין רש"י אז משה רבינו האט געפרעגט פון אהרן למה את בוש, אט צוליב דעם בושה טאקע, די ריינע אידישע הייליגע מדה פון בושה, לכך נבחרת טאקע פארדעם ביזטו דערוועלט געווארן צו די הייליגע עבודה.
דער שפת אמת איז מסביר נאך אביסל טיעפער פון דעם אז משה רבינו האט דערמיט געלערנט א לימוד פאר אהרן הכהן אז די מדה פון בושה איז טאקע גאר א שיינע מדה, אבער ווען עס קומט צו דינען דעם הייליגען בורא, אט דאן איז דאס די גבורה טאקע אוועק צו לייגן די מדה אין א זייט און דינען מיט שטאלץ און עזות דקדושה און זיך גאר נישט שעמען.
עס קומט אמאל פאר גאר קאמיש ווען מ'שמועסט איבער א מדה טוב וואס מ'דארף דערויף ארבייטן, און אלס א מוסטער קען מען אמאל נעמען א אידן וואס האט זיך אויסגעארבייט אין די מדה, און מ'קוקט ווי דער איד האט טראץ שוועריגקייטן זיך געשטארקט אויפן נאטור און אויסגעריסן די שלעכטע מדה פון הארצן.
ווי למשל אז איינער האט איינעם מבזה געווען ברבים, און דער מבוזה איז א איד מיט ביינער, און א שפראך, וואס וואלט ווען גאר גוט געקענט ענטפערן, און גאר האבן דעם חיזוק פון די ארומיגע וועלכע האבן צוגעזעהן די אומרעכט וואס איז באגאנגען געווארן קעגן אים, און פון דעסטוועגן דאך, שטארקט ער זיך, און נישט נאר ער טוט נישט צוריק נאר ער איז נאך ממליץ טוב, און דן לכף זכות דעם צד שכנגד. דאס הייסט מעביר על מדותיו מיט אלע קליפערליך.
עס איז גאר אנדערש ווי ווען דער קען ווען נישט ענטפערן צו ווייל ער איז א חלש, אדער האט נישט קיין ריכטיגן שפראך צו ענטפערן, טראץ וואס די שכר און עוה"ב איז די זעלבע, איז דאס נישט די זעלבע מדה ברעכעריי ווי דער וועלכער קען יא ענטפערן.
צו טוהן די הייליגע עבודה פארן הייליגן באשעפער דארף מען דאך זיין אזוי הייליג, און צו איז דען דא אפילו א מציאות פארן בשר ודם צו באגרייפן די גרויסע קדושה, אבער האט אונז הקב"ה געגעבן די זכי' אז די כהנים קענען טוהן די הייליגע עבודה, און מיט דעם מכפר זיין על כל עוונותינו, ולעשות נחת רוח להבוית"ש. איז אבער די זעלטענע מדה פון בושה און די צדקות פון אהרן הכהן, אז פארן חטא העגל וועלכעס ער האט געטון מיט ריינע כוונות, און דעסטוועגן דאך אין דעם גרעסטן טאג פון חנוכת המזבח קומט מען אים און מ'ווארפט אים פאר דעם חטא.
וואלט דאך געקענט אריינגיין א זיק פון טענות, הלמאי ער האט דאך נאר געוואלט העלפן אידישע קינדער אויסהאלטן די קורצע צייט ביז משה רבינו קערט זיך אום, און אויף דעם זאגן דאך שוין חז"ל עדות אז אהרן הכהן'ס כוונות זענען געווען כולו לשם שמים, און עכ"ז דארף ער ברענגען א קרבן מכפר צו זיין אויף דעם חטא.
ווען סתם א אידל וואלט ווען מכובד געווארן מיטן קרבן, איז דאך פשוט אז קיין טענות קען ער נישט האבן, עס איז דאך געווען א גרויסער חטא דער עגל, און ער וואלט אודאי מיט בושה צוגעגאנגען צום קרבן. אבער אז אהרן הכהן דער גבור חיל, דער קדוש אלקי, איז מיט אזא הכנעה און אמת'דיג צובראכנקייט צוגעטרעטן צו די עבודה, אט דאס איז דער "לכך נבחרת".
דאס איז א מדה וואס מיר לערנען די וואך אין די פרשה, עס איז א קליינע חכמה ווען מ'קען נישט צוריקענטפערן אז מ'ענטפערט נישט, ווייל אין אזא פאל איז מער א טפשות דאס ענטפערן. די חכמה איז ווען עס שטעלט זיך אויפן שכל אז איך בין דאס מאל גערעכט, און לאמיך ענטפערן כדת ודין וואס קומט פאר מיין בר פלוגתא, דאן אז מ'בלייבט שטיל, דאן אז ס'איז דא דער בושה און מ'נעמט אן באהבה די דברי תוכחה אדער סתם זלזולים, דאן באקומט מען גערעכנט פוהל מער.
לאמיר אלע זוכה זיין צו אויסארבייטן אונזערע מדות בשלימות עדי ביאת גואל צדק בב"א.
גוט שבת