אין גרויסן רעסטוראנט אין צענטער פון שטאט שטייען מענטשן אין א רייע און ווארטן צו באקומען א טישל זיך צו קענען זעצן און הנאה האבן פון די געשמאקע מאכלים וועלכע שמעקן ארויס ווייט ווייט, און רייצן די געמיטער צו קומען צאלן דעם פרייז פאר אזוינע פיינע געקעכצן.
וי דער סדר ביי געשעפטן, איז גראד דערנעבן אויך דא אפן א גאר שיינער רעסטוראנט אויף וועלכן מבינים ווייסן גאר צו זאגן אז דאס עסן איז פוהל געשמאקער, און דאס פלאץ פוהל איינגענעמער.
שטייען צוויי טוריסטן אינדרויסן און קוקן זיך צו מיט גרויס וואונדער, פארוואס ביי איינעם איז דא א שורה פון מענטשן וואס ווארטן און ס'זעהט אויס ווי ביזנעס קען גאר בעסער נישט זיין. און ביים צווייטן וואו עס דארף צו זיין גאר בעסערע עסן, און א איינגענעמערע אטמאספערע שטייען נישט קיין מענטשן בכלל, עס איז ליידיג ביי די טישן, און די סארווירער דרייען זיך ארום און פלוידערן פאר ליידיגקייט.
צו שטילן דעם נייגער האבן זיי זיך אויך געשטעלט אין די רייע, און נאך א לענגערע ווארטן אנגעקומען צו א טישל, און א העפליכער סארווירער איז געקומען פארשטעלן די געשמאקע אפציעס וואס מ'קען אלס באשטעלן, ער האט פארגעלייגט עטליכע מיני פליישן, און מערערע פישן, איר קענט באשטעלן הינער פלייש געצויגן, געבראטן, געפרעגלט, אדער בהמה פלייש געהאקט, געשניטן, געבראטן, אא"וו. זיי האבן זיך באשטעלן וואס האט זיי געצויגן, און הנאה געהאט מיט א געשמאק פון דעם סעודה.
דעם קומענדיגן טאג זענען זיי געגאנגען צום צווייטן רעסטוראנט, פרובירן וואס דארט קומט פאר, און פארוואס איז אזוי ליידיג. עס האט זיי גאר שנעל גענומען צו זיצן ביי א טישל, און דער סערווירער איז געווען גאר צופרידן צו קענען רעדן צו איינעם, און אנגעהויבן פארלייגן די אפציעס וואס מ'קען היינט באשטעלן.
און דא האט זיך ארויסגעשטעלט דער גרויסער דיפערענץ פון די צוויי רעסטוראנען. דער סארווירער האט אנגעהויבן פרעגן אזוי: איר קענט באשטעלן טויטע הינער, געשטארבענע פיש, געהארגעטע בהמה פלייש. אא"וו.
יעצט האבן שוין די צוויי פארשטאנען פארוואס מענטשן האבן נישט דעם אפעטיט צו קומען פארזוכן פון די געשמאקע מאכלים אין דעם רעסטוראנט, עס פארגייט דער אפעטיט ביים באשטעלן, ווען מ'שטעלט אראפ די מעניו מיט אזוינע גראפישע דעטאלן וועלכע זזענען אינגאנצן איבעריג.
די וואך אין די פרשה שטייט, אדם כי יקריב מכם קרבן לד' מן הבהמה מן הבקר ומן הצאן תקריבו את קרבנכם. זאגט דער הייליגער תפארת שלמה, אז פון דא לערנען מיר ארויס דאס חשיבות פון א ווארט, עס איז וואס טוישט דעם גאנצן שטאנד פון די בהמה וועלכעס איז נארוואס געווען א בהמה ווי אלע בהמות, און אט צוליב דעם ווארט פון דעם איד וועלכער האט געזאגט "הרי זו עולה" איז דער פשוטער בהמה פארוואנדלט געווארן אין גאר א געהויבענער קרבן לד'.
עס איז אזוי ביי אידישע קינדער ווען היטן דעם לשון מיינט נישט נאר רעדן לשון הרע, רכילות, אדער שקר, נאר אפילו דעם אמת ווערט געזאגט מיט א ריינעם לשון, טראץ וואס דער משמעות קען זיין די זעלבע זאך, פונדעסטוועגן איז דער לשון גאר א וויכטיגער פאקטאר אין אידישן לעבן. און דאס לערנען מיר ארויס פון די היינטיגע פרשה, צו היטן דעם לשון "וויאזוי" מיר זאגן אפי' דאס וואס איז מותר צו זאגן.
האטס א לעכטיגן שבת.