יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

וויאזוי מעסט איר זיך

פתח הגליון · פרשת ויקרא

מיט שווערע טריט גייט ר' דוד אריבער צום שכן שוין צום וויפילטן מאל, יעדעס מאל וואס ער דארף גיין בארגן ביים שכן איז אים שווערער אויפן הארצן, טראץ וואס ר' חיים גיבט אים גערן, שפירט ר' דוד א אינערליכן ווייטאג, ער ווייסט אז ער בעט נישט צופיל, אבער פארט איז דאך ר' חיים אים גארנישט שולדיג, און דא גיבט ער אים מיט אזא ברייטקייט.

ר' חיים ווי אלעמאל גיבט אים די פאר טאללער מיט א לב טוב און פרייליך געמוהט, ער גיבט אים אפילו אנצוהערן אז ער דארף זיך נישט יאגן מיטן באצאלן, און אויב וועט ער אים נישט קענען באצאלן קען ער האלטן דאס געלט אלס א מתנה פון א שכן.

אזוי האבן זיך יארן געדרייט, וואס ר' דוד האט געבארגט, אמאל יא באצאלט און אמאל נישט, אבער אלס האט ר' חיים מוחל געווען אויפן חוב ווען ער האט געזעהן אז דער מצב איז צי ענג, ער האט געוואוסט אז ביי ר' דוד איז שווער די מצב הפרנסה בכלל, און אמאל מאכט זיך גאר ענגע מצבים וואס די פאר דאללער איז ממש א ישועה.

ויהי היום זיצנדיג ביים מיטינג מיט אלע שכנים, דאס איז די יערליכע מיטינג פון די איינוואוינער וואו מ'שמועסט איבער די הוצאות והכנסות וואס יעדער ביישטייערט איבערן יאר, מ'באשטימט א פרייז וואס יעדער וועט געבן במשך דעם יאר, פאר די אינשורענס, פארן רייניגן דעם בנין, און אזוי ווייטער.

עס איז באשלאסן געווארן מ'וועט יעדער אריינצאלן 200$ א חודש, ווייל אזויפיל קאסט אויפצוהאלטן דעם בנין מיט אלע אירע הוצאות.

ר' דוד רופט זיך אן מיט דרייסט, איך וועל געבן $100 וויבאלד איך בין נישט אזוי פארמעגליך ווי מיין שכן ר' חיים, און ער זאל צאלן $300 אוואו דער יושר איז ווען מ'קוקט אין די באנק קאנטעס.

ר' חיים ווערט אויפגעברויזט און זאגט זיך אפ פון דעם געשעפט, ער טענה'ט אויפריכטיג, דא קומט נישט אריין וויפיל געלט מ'האט, דא קומט נאר אריין א הוצאה אין וועלכן מיר זענען אייניגע שותפים, און יעדער דארף זיך אייניג ביישטייערן. און פארשטייט זיך אז ביי דעם איז דאס געבליבן.

ביים ארויסגיין ווענדט זיך ר' דוד אביסל באליידיגט צו ר' חיים'ן, היתכן דו העלפסט מיר טאקע אלע מאל און איך בין דיר גאר דאנקבאר פאר דיין גוטסקייט, אבער היינט האסטו בשום אופן נישט געוואלט מיר העלפן? פארוואס איז היינט אנדערש ווי אלעמאל.

לאמיך דיר מסביר זיין ר' דוד, ווען דו קומסט מיר בעטן א הלואה, און אפי' א מתנה, און דו ווייסט אז איך קום דיר נישט גארנישט, שפיר איך נישט קיין שום דראנג צו מעסטן צו עס קומט זיך דיר אדער נישט, ווייל עס האט באמת גארנישט מיט קיין תנאים, און איך געב דיר נישט דאס געלט מיט קיין חשבון, נאר ווייל איך האב רחמנות אויפן שווערן מצב אין וועלכן דו ביזט.

אבער ווען ס'קומט אז דו זאגסט אז איך "מוז" געבן ווייל איך האב מער געלט ווי דיר, דאן האסטו אראפגעשטעלט א מעסטער, און דו מאכסט עס ווי א גזירה מיט א טעם, און אויב דארף מען נוצן א מעסטער, דאן פארלאנג איך אז מ'זאל נוצן דעם ריכטיגן מעסטער. און אין אונזער פאל איז די מעסטער נישט ווער ס'האט מער געלט, נאר ווער ס'האט הנאה פון די אלע הוצאות, אן אויף דעם זעמיר אלע גלייך. פארשטייסטו?

אדם כי יקריב מכם, א איד גרייט זיך צו ברענגען א קרבן צום הייליגן באשעפער, און דאס זעלבע בימינו אלה ווען א איד ברענגט זיין קרבן מיט תפילה עבודה שבלב, ער טוט תשובה אויף א חטא, ער איז מתחרט אויף א מחשבה רעה, ער ברענגט דעם קרבן וואס ער דארף ברענגען און דערמיט טוט ער תשובה.

ווערט געברענגט אין די הייליגע ספרים (בפרט איז וויכטיג צו לערנען די הייליגע רייד אין "ערבי נחל" אויף די פרשה אין דעם ענין) אז עס ווענדט זיך גאר שטארק וויאזוי דער קרבן ווערט געברענגט. אויב ברענגט עס דער איד מיט הכנעה, און מיט התבטלות, ער ווייסט ער איז גארנישט, ער פארלאנגט נישט קיין שכר פאר זיינע מעשים, ווייל ער ווייסט אז ער איז גאר ווייט פון שלימות, דאן וועט הקב"ה מקבל זיין דעם קרבן ווי א קרבן געמאסטן לויט די הייליגקייט וואס די תורה זאגט, און דאס וועט העלפן דעם איד רייניגן פון יעדען שמץ ופגם.

אויב אבער קומט דער איד מיט א חשבון, ער האלט אז ער איז שוין א שטיקל יש, ער זעהט איין אז מ'דארף אים מוחל זיין אויף זיינע חטאים צוליב זיינע גוטע מעשים וואס ער טוט יא, ער פארשטייט אז די חסד וואס ער טוט איז גענוג צו באווייזן אז ער איז גאר חשוב, ער רעדט זיך איין אז די מצוות וואס ער טוט זענען זיינע פארשטייער און ער איז אלזא בארעכטיגט צו א פולקאמע כפרה.

מער באריכות ווערט דער ענין אויסגעשמועסט אין די ספרים הקדושים, אבער לענינינו קען דאס זיין פשט אינעם פסוק, אדם כי יקריב מכם, ווען א מענטש איז מקריב פון זיך, ער איז זיך מכניע ער ברענגט זיין אייגן געוויסן פאר א קרבן, ער ווייסט אז ער איז נישט ראוי און בעט נאר א חסד פון הקב"ה ער זאל אים פארגעבן אויף זיינע חטאים. דאן איז עס קרבן לד', מ'מעסט זיין קרבן גארנישט לויט אים, מ'מעסט עס אלס א קרבן לד', עס איז הייליגער פון יעדן באגריף ווען עס איז א קרבן לד'.