יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דארף מען שטארבן צו ווערן געהאלפן

פתח הגליון · פרשת פקודי

אין ביהמ"ד דרייען זיך ארום די עסקנים, זיי שרייען, און וויינען, בעטן און פארלאנגען, געוואלד, א משפחה מיט יתומים'לעך, א אלמנה אן א דאך איבערן קאפ, א קראנקער על ערש דוי, ראטעוועט! גיבט געלד!

אידישע קינדערלעך רחמנים בני רחמנים, מ'ווארפט גרויס געלט, מ'האלט זיך פון גארנישט אפ, ווער קען דען נעמען דעם אחריות? ווער וויל דען נישט העלפן א איד במצוקתו?

קומט אריין א איד אין שוהל אריין און נעמט זיך מאכן געוואלדעס, געוואלד! געוואלד! עס נעמען אים ארום זיינע פריינט, די אויגן אנגעשטעלט מיט וואונדער און נייגער, מיט רחמנות צוגלייך, און פרעגן אים, וואס האט פאסירט? וואס קענען מיר דיך העלפן??? איך וויל נישט שטארבן! איך וויל נישט אויסגיין פאר הונגער! שרייט דער איד.

דאס וואונדער וואקסט, מ'זעהט דא א איד געהעריג אין די כלים, זעהט אויס געזונט און שטארק, און דא שרייט ער עפעס איבער שטארבן, עפעס א צרה מוז ער האבן וואס איז גארנישט מערקבאר, און מ'דארף שוין דערגיין וואס דא קומט פאר. די עסקנים נעמען אים ארום און פרובירן צו דערשנאפן וואס די צרה איז פון וועלכן ער רעדט מיט אזא אנגסט און ציטער.

דער איד לאזט נישט לאנג ווארטן, און ער איז מסביר מיט א פארווייטאגטען שטימע, און כליפעט נאך דערצו אינדערמיט, פארוואס טייערע אידן דארף מען ווארטן אז איימיצער זאל שטארבן, אדער קראנק זיין, אדער פאראומגליקליכט ווערן, בעפאר מ'קומט צו זיין הילף? פארוואס זאלן מיר נישט העלפן איינער דעם צווייטן ווען ער איז נאך יא ביי די כוחות, ווען די קינדערלעך זענען נאך נישט קיין יתומים, ווען דער טאטע איז נאך נישט קראנק פון צרות?

פארוואס מאכט זיך צומאל אז ווען מ'בעט פון אונז געלט א נדבה פאר א וויכטיגן צוועק וועלן מיר קודם פרעגן אסאך שאלות, און נישט שפרינגען אזוי שנעל צום הילף ווי ווען מ'זעהט שוין נעבעך דעם חורבן, ווען ס'איז שוין אזוי ביטער דער מצב?

מיר קינדער פון די אבות הקדושים זענען גאר געבענטשט מיט די הערליכע מדה פון רחמנות, וועלכעס פירט צו חסד אן קיין שיעור וערך, און דאס איז דאך אויף וואס די וועלט שטייט דער עמוד השלישי פון די וועלט גמילות חסדים, עס קען דער שטן נישט איבערמאכן דעם בריאה "איד", ער קען אים נישט איבערשאפן, קומט ער מיט זיינע קליינע שטיפערישע שטערונגען וועלכע קען יא שטרויכלען דאס ווארים הערצעלע פון אפי' אט דעם הייליגן אפשטאם פון אברהם יצחק ויעקב, ער שטעלט אוועק א מסך המבדיל, וועלכעס לאזט נישט באמערקן ווען דער איד איז אין נויט, ווען זיין חבר איז נעבעך אזוי אין צער, נאר ווען עס איז שוין אזוי ביטער און ס'רופט שוין פון זיך אליינס אויס, דאן ערשט לאזט ער דעם אידעלע באמערקן און רעאליזירן דעם אמת'דיגן מצב.

מיר געפינען זיך די וואך אין די פרשה ווען דער גרעסטער פון אונזער פאלק משה רבינו אליינס ווידמעט א פרשה, אפצוגעבן א חשבון איבער די געלטער פון די נדבות המשכן, פיהלע מדרשים, און אזוי די מפרשי התורה זענען מסביר וואס דער ענין איז געווען? משה רבינו ע"ה וועלכער זיין אפוועזנהייט פאר 40 טאג האט געפירט די אידן נישט צו קענען מער זיך באהערשן צוליב זייער קשר צו זייער גרויסן רבי'ן, ווי עס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים אז דער עגל איז נעבעך געמאכט געווארן צוליב דעם וואס די פארדארבענע ערב רב האבן געזעהן די אידישע קינדער פארלוירן צוליב דעם אפוועזנהייט פון זייער מנהיג רוחני, און אזוי האבן זיי געפינען א געלעגנהייט אריינצוברענגען פאלשע האפענונג מיט זייערע אומווירדיגע מעשים תעתועים, וואס די אידן האבן גראד פארברענט און צומאלן גראד ווען זיי האבן געזעהן אז זייער גרויסער רבי איז צוריק מיט זיי, זיי האבן גראד תשובה געטוהן באהבה.

און דא קומט דער גרויסער הייליגער רבי אויף וועם כלל ישראל האט אזוי ארויס געקוקט און ממש נישט געקענט באגיין איין מינוט אן זיין וועזנהייט, און ער גיבט גאר א דין וחשבון איבער די געלטער וואס מ'האט גענוצט צום בנין המשכן? עס מוז דאך אונז עפעס לערנען! עס איז דאך נישט פשוט צום פארשטיין.

אלה פקודי המשכן, איז דאך שוין דער באקאנטער כלל וואס חז"ל זאגן אונז אלה פוסל על הראשונים, און די מפרשים פלאגן זיך וואס איז דא פוסל?

משה רבינו האט נארוואס געענדיגט די פרשה פון ויקהל וועלכעס האט זיך אנגעהויבן מיט קהלת כל כלל ישראל, ביי וועלכן אידישע קינדער קומען לערנען פון זייער הייליגן רבי'ן, אבער ווי נאר עס קומט די פרשה פון פקודי איז אלה פוסל את הראשונים, עס קומט אונז לערנען אז ווען עס קומט צו נדבת לב, עס קומט צו חסד, עס קומט צו געבן פון דאס אייגענע פאר יענעם, איז דער שטן גאר א אנדערער, עס העלפט נישט קיין לאגיק! עס העלפט נישט פארשטאנד! דער זעלבער איד וואס איז נארוואס געשטאנען באימה ברתת ובזיע פאר זיין הייליגן רבי'ן משה, ער וואלט דאך זיכער נישט געוואלט זיין רבי' זאל אים דארפן אפגעבן א דין וחשבון איבערן געלט, עס ווייזט דאך אויף אומפארלעסליכקייט ח"ו.

דאס האט אונז אבער דער מנהיג ישראל דער רועה נאמן געוואלט לערנען: מיינע טייערע קינדער ווען עס קומט צו נדבת לב, ווען עס קומט צו נוצן דעם כסף וזהב פאר וואס זי איז באשאפן געווארן פעלט זיך אויס איר זאלט באגרייפן מיט וואס דער שטן וועט אקעגן קומען, איר זאל ט קענען דעם שונא'ס טאקטיקן כדי צו וויסן אים ביי צו קומען. פלוצים וועט איר זעהן ווי דער רב דער ראש, דער נשיא, אדער שופט, וועם איר האט אזוי געגלייבט און געפאלגט, ווי נאר ער וועט פון אייך פארלאנגען דעם קליינעם נדבה'לע וועט זיך אין הארצן בויען א פארלאנג צו וויסן דעטאלן, צו פארשטיין דעם געברויך.

פלוצלינג וועט איר זעהן אז אין אייער ווארים אידיש הארץ קען זיך אריינכאפן דער ווארים וואס דער שטן האדעוועט, און דעם זעלבן וועם איר האט געגלייבט מיט כל התורה כולה, מיט הכשרים, מיט התירים און איסורים, וועט איר פאר דעם כסף וזהב שוין אנדערש קלערן.

משה רבינו רעדט צו כלל ישראל און ער רעדט צו די מנהיגי ישראל און עוסקים בצורכי ציבור, פארשטייט איר אונזערע אידעלעך אזוי גוט ווי איך אליינס דער רבי פון כלל ישראל פארשטייט, אז דער שטן פון כסף וזהב איז אזא שטארקער, אזש עס איז מיר ווערד צו ווידמען א פרשה אין די תורה מסביר צו זיין און פארשטיין געבן וואו הין דאס געלט איז געגאנגען און צו וואס מ'האט איר געברויכט.

עס לערנט אונז אלע אז ביי דעם מדת החסד און נדיבות דארפן מיר זיך עקסטער גובר זיין אויף דעם אומגעוויינליכן יצר הרע, און פרובירן צו פארשטיין אפי' ווען ס'שרייט נאך נישט פון זיך אליינס, פרובירן צו העלפן אפי' ווען עס איז נאך עזב תעזוב עמו, עס קען נאך דער באטראפענער אליינס אויך העלפן, און אזוי ארום נישט לאזן אריינפאלן אין א מצב פון קאטאסטראפע ח"ו.

דאס לערנען מיר די וואך אין די פרשה, טראץ וואס משה רבינו האט אלעס טאקע געטוהן אז די אידן זאלן וויסן וואו הין דאס געלט איז געגאנגען ווייל דאס איז דער תפקיד פון א עוסק בצורכי ציבור, און א מנהיג, צו מאכן זיכער אז זיינע קינדערלעך שטרויכלען זיך נישט. דאך ברענגט דאס ארויס דאס הייליגקייט פון פאלק אז משה רבינו האט דאס נישט געטוהן פארן פאקט פון צוזאמנעמען דאס געלט, ער האט דאס הערשט געטוהן דערנאך, ווען אידן האבן שוין ארויסגעוויזן זייער נדבת הלב.

עס לערנט דעם איד נישט צו פרעגן פארדעם, נאר אלס אין די בחינה פון נעשה ונשמע אפי' ווען עס קומט צום געלט.

זאל דער אויבערשטער אונז העלפן מיר זאלן קענען אלס געבן און העלפן, און נישט דארפן אנקומען לידי מתנת בשר ודם, און מיט אידיש געלט זאל מען קענען בויען תורה ועבודה, און נישט געברויכן פאר קיין צער און צרה ח"ו. עדי ביאת גוא"צ בב"א.