יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

ווער האט דאס געבויט?

פתח הגליון · פרשת ויקהל

חיים מיט לייבוש דרייען זיך ארום אויף די גאסן און באוואונדערן די גרויסע בנינים וועלכע זיי זענען נישט געוואוינט אין קליין שטעטעלע צו זעהן, זיי קענען זיך נישט איבערקומען פונעם וואונדער פון די הויכע שטאקן, זיי ציטערן אפי' ארויפצוקוקן אזוי הויך, קיינמאל זענען זיי נאך נישט געשטאנען אין אזוינע הויכן.

גדלי' וועלכער ווייזט זיי ארום אלס דער וועג ווייזער, דערציילט מיט עקסטאז אז דער בנין ביים ווינקל פון די גאס, דער גרויסער 8 שטאקיגער בנין, דאס האט א איד ביי אונז אין ביהמ"ד געלאזט בויען.

ער לאזט זיי נאך נישט צו זיך קומען און ער איז ממשיך אז דעם אנדערן בנין אויף די אנדערע זייט האט א צווייטער אידל געלאזט בויען, און אזוי ווייטער.

לייבוש א תמימות'דיגער איד שטעלט אן א פני תם און וויל פארשטיין, פארוואס זאל איימיצער נישט לאזן בויען אזא בנין? נאר איין איד אין שטאט האט זיך געמאכט וואס האט געלאזט בויען? ווער האט אים געפרעגט רשות אז ער האט געדארפט לאזן? איך וואלט ווען אויך געלאזט!

מיט א שמייכל איז גדלי' מסביר אז דער לשון "געלאזט בויען" מיינט נישט אז ער האט געגעבן רשות, נאר אז ער האט דאס געבויט, נאר אזוי ווי ער האט נישט אליינס געהאקט מיטן האמער נאר אויפגענומען ארבייטער עס צו טוהן רופט מען עס מיט אזא מין לשון אז ער האט "געלאזט בויען", און אודאי קומט אים די קרעדיט פון די גאנצע פלאנירונג און אויספירן פון דעם געלונגענעם בנין.

לייבוש טייערער, דאס צו דו לאזט בויען אדער נישט איז באמת נישט נוגע, עס האט דיך קיינער נישט געבעטן קיין רשות, און קיינער

אין די וואכעדיגע פרשה נעמט משה רבינו צוזאם אלע אידן צוזאמען, ער וויל זיי זאגן דעם ענין פון שמירת שבת, ער רופט אויס נאך א מצוה וואס דער איד גייט קענען טוהן, א מתנה פון הימל פונעם טוב ומטיב, וועלכער גיבט פאר זיינע קינדערלעך די געלעגנהייט צו דינען אים מיט ליבשאפט און פרייד. עס איז דער שבת קודש! דער הייליגער שבת צו היטן. לא תבערו אש בכל מושבותיכם! מ'טאר נישט צינדן קיין פייער אין דעם הייליגן טאג.

עס שטעלט זיך די פראגע וואס איז דער לשון אשר צוה ד' לעשות אותם, איז דען נישט דער ענין פון לא תבערו אש א זאך וואס "נישט צו טוהן"? עס וואלט זיך ענדערש געפאסט דער לשון אשר צוה ד' שלא לעשותם.

דער אור החיים הק' שטעלט זיך אויך אויפן גאנצן ענין פון קהלה וואס מ'זעהט דא, ביי אנדערע מצות האט מען דאך אויך צוזאם גענומען גאנץ כלל ישראל און זיי פארגעלערנט די מצות ד', וואס איז דער ענין אז ביי די מצוה שטייט עקסטער אין די תורה ויקהל משה.

אין די ספרים הקדושים ווערט געדרוקט דעם חילוק וואס מ'זעהט אז משה רבינו רופט אן כלל ישראל ביי אונז אין די פרשה אנדערש ווי אין די פרשיות בעפאר, וואו בדרך כלל האט די תורה אנגערופן כלל ישראל מיטן לשון העם דאס פאלק, און דא רופט די תורה אן עדת בני ישראל, ווייל משה רבינו האט געזעהן אז די אידישע קינדער זענען דורכגעפאלן מיטן עגל נאר א דאנק די שלעכטע כוונות פון די ערב רב וועלכע האבן זיך פארמישט צווישן די ערליכע אידן און געברענגט דעם זינד אויף כלל ישראל, דערפאר האט משה רבינו זיי אפגעזונדערט פון ערליכן טייל פון פאלק און צאמגענומען נאר די קהל עדת בני ישראל, די וואס זענען ווערד צו ווערן גערופן אידישע קינדער, און צו זיי האט ער דאס מאל גערעדט אליינס.

און טאקע דאס קען זיין דער ענין פארוואס פונקט דא האט די תורה ספעציעל געדרוקט דעם ענין פון פארזאמלונג, צו ווייזן דעם גרויסן חילוק פון כינוס לצדיקים, בפרט ווען מ'רעדט פון אזוינע חלקים פון די תורה וואס זענען בשב ואל תעשה, וואו עס קען זיך פאר דעם ערב רב דוכטן אז מיטן שב ואל תעשה איז ער גאר גלייך צום ערליכן איד, ווארום ער דארף קיין סאך נישט ארבייטן צו האבן א חלק אין א מצוה דורך זיך פארמיידן פון טון א פעולה.

עס קען זיך דוכטן פאר דעם וואס זיינע בייזע כוונות זענען גארנישט לשם שמים אז אויב קומט אים נישט צו צינדן א פייער אום שבת וועט ער קריגן דעם זעלבן שכר ווי דער ערליכער איד וועלכער איז שומר שבת לשם שמים, און אין די מענטשליך אויג זעהט אויס ווי ביידע טוען דאס זעלביגע.

אבער איז דאס דאך דער אויבנדערמאנטער נפקא מינא צווישן לאזן בויען און לאזן בויען, יא, ר' לייבוש לאזט בויען, פארוואזשע דען נישט, עס האט אים קיינער נישט געפרעגט קיין רשות, צו וועט זיך איינעם דוכטן אז ער האט "געלאזט בויען" דעם בנין ווייל ער האט נישט אויסגעדרוקט קעגנערשאפט? איז דאס גענוג אז דער בנין זאל פאררופן ווערן אלס זייניגער? אודאי אז נישט.

אט דאס איז מיט דעם ערליכן איד קעגן דעם ערב רב, ביידע האלטן נישט דעם האמער אין די האנט, דער ערליכער איד צינדט נישט ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן, און דער משכיל, דער ערב רב, ווייל אים איז פונקט נישט אינטערגעקומען צו צינדן. קען דאס ווערן פאררופן אלס א "עשיית המצוה" איז דאס דען א פעולה אויף וואס ער האט געארבייט? אודאי אז נישט. נאר דער ערליכער איד וואס איז זיך מונע צו טוהן ווייל הקב"ה האט אזוי באפוילן, דאן וועט די מצוה ווערן פאררופן אלס אן ענין פון "לעשות אותם" יא, אפי' אויב איז עס נישט קיין עצם פעולה, מ'טוט נישט גארנישט למעשה, איז דאס פאררעכנט ווי מ'האט איר געטוהן.

אנו עמלים והם עמלים, מיר לאזן בויען, און זיי לאזן בויען, מיר לאזן בויען מיט א פלאן, מיט לימוד, מיט כוונה, מיט איין ציהל צו דינען הקב"ה. והם עמלים זיי לאזן בויען, ווייל פארוואס דען נישט? דער גוי עסט דען נישט סעודות אין זיין זיבעטן טאג פון וואך? ער עסט, ער איז הונגעריג. און דער איד? ער עסט ווייל הקב"ה האט אזוי באפוילן, ווייל יעדן מאכל וואס ער עסט לכבוד שבת איז עקסטער לשם שמים. אט דאס הייסט לאזן בויען.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן קענען שטייגן אין מצות און מעשים טובים און וויסן וויאזוי צו דינען דעם בורא מיט שמירה ועשי' כהלכה בכל זמן ועת עדי ביאת גוא"צ בב"א.