יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

אין ביורא פון ראטגעבער

פתח הגליון · פרשת כי תשא

ביים טיש פון דעם ביזנעס ראטגעבער זיצט דער גביר מיט זיינע חודש'ליכע פראבלעמען וואס ער ברענגט אלס פארן ראטגעבער אלס א חלק פון זיינע אנגייענדע געשעפטן, ער שמועסט מיט אים איבער אלע אינוועסטירונגען וואס ליגן אויפן טיש, און בדרך כלל ענדיגט זיך דער שמועס מיט א סך הכל פון פלענער פארן קומענדיגן חודש וועלכע און וואספארא טריט צו נעמען צו קענען די געשעפטן פארמערן און דאס פארמעגן זאל בליעהן.

דער ראטגעבער איז אים שטארק מדגיש און קוקט גאר שטארק אריין אין די אלע פארשלאגן וואס די ביזנעס מעקלערס ברענגען אויפן טיש, ער איז מסביר פאר אונזער גביר אז אפי' דו ביזט אזוי קלוג און געראטן אין ביזנעס, דארפסטו אלס אכט געבן אז אנדערע זאלן נישט רייטן אויף דיין גרויסן סטאטוס, און אז די מעקלער ווייסן דעם סוד אז דיר איז גרינגער ארויסצונעמען א אלף'ל פון טאש און נישט מאכן קיין גרויס עסק דערפון, דערפאר איז וויכטיג דו זאלסט קוקן אינדיווידועל אויפן געשעפט און נישט נעמען אין באטראכט וויפיל דו האסט אין באנק. דאס וועט מען שוין טוהן ווען מ'דארף שליסן א געשעפט וואס זעהט אויס גוט פאר דיר.

אפאר מינוט נאכדעם וואס דער גביר פארלאזט דעם ביורא פונעם ראטגעבער, קומט אריין א פרישער קליענט וועלכער איז נארוואס באגליקט געווארן מיט א שיינעם סכום געלט אוועק צו לייגן, און ער וויל מיטן ראטגעבער זיך צונויף שמועסן איבער די אפציע'ס וועלכע ליגן אויפן טיש, און ער זאל אים העלפן באשלוסן וועלכעס איז יא אדער נישט אינטערסאנט.

פארשטייט זיך אז דער ראטגעבער איז אים מדגיש ווי וויכטיג עס איז ער זאל זיך נישט לאזן קלערן פון זיין קבצנות און ליידיגן באנק אקאונט, ער זאל קוקן אויף יעדען עקסטערן אינוועסטמענט געדאנק ווי א גביר וועלכער דארף זיך נישט יעצט גיין בארגן. דער ראטגעבער איז אים מסביר אז ווען מ'טוט אינוועסטירן דארף מען קודם פארשטיין דעם ביזנעס געדאנק צו זעהן אויב דאס זעהט אויס ווי א פלאץ ווי מ'קען שיין פארדינען. דערנאך ווען מ'האט שוין א קלארקייט איבערן עצם געדאנק וועט מען זיך איבערשמועסן וויפיל און אויף ווי ווייט דו קענסט אריינגיין דערין.

דער ארבייטער פונעם גרויסן ראטגעבער'ס פירמע שטעלט א שווערע פראגע פארן בעל הבית זיינעם. א מינוט צוריק האסטו געראטן דעם עושר נישט צו קוקן אויף זיין עשירות ווען ער מאכט א ביזנעס באשלוס, א מינוט דערנאך זאגסטו אז דער ארימאן זאל נישט קוקן אויף זיין קבצנות. אפשר ביזטו מיר מסביר פארוואס דאס איז אזוי?

איז דער ראטגעבער מסביר: דער עושר מיטן ארימאן האבן ביידע די זעלבע געלט און מ'לייגט זיי פאר די זעלבע אינוועסטמענטס, אבער דער עושר דארף געדענקען אז זיין סטאטוס קען פארנאכלעסיגן זיין געלט, ער קען אנווערן אסאך געלט צוליב דעם וואס מענטשן מיינען אז אים גייט נישט אן די פאר דאללער עקסטער. ווידעראום דער ארימאן קען אסאך דערלייגן ווען ער קען נישט באטראכטן א ריכטיגן אינוועסטמענט צוליב דעם געוויינליכן ליידיגן באנק אקאונט וואס קען אים אפשרעקן און פארמיידן פון טיהן וואס איז ריכטיג. דעריבער איך אלס ראטגעבער מוז יעדן ראטן לויט ווי איך פארשטיי איז וויכטיג פאר אים.

העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט.

אלע מפרשי התורה שטעלן זיך אויף דעם אינטערסאנטן אנזאג וואס די הייליגע תורה איז מזהיר אז דער עושר זאל נישט מרבה זיין און דער ארימאן נישט ממעט זיין. עס איז אנדערש ווי ביי אנדערע מצוות אין די תורה ווי מ'וואלט אויך געקענט מורא האבן אז דער עושר זאל עובר זיין אויף בל תוסיף צוליב עקסטערע התלהבות, און אז דער ארימאן זאל זיך מתיר זיין אביסל ווייניגער ווי די מצוה פארלאנגט.

עס וואלט געווען א שיינער געדאנק צו קוקן אויף די הייליגע מצוה אין א רוחניות'דיגן בליק ווען דער עושר איז דער וואס איז עשיר במצות ומעשים טובים, און דער דל איז ליידער נאכנישט פוהל מיט די הייליגע פארמעגנס.

די הייליגע תורה טוט ראטן פאר דעם עשיר במצוות, ווען דו טוסט די מצוה'לע פארגעס פון אלע אנדערע וועלכע דו האסט שוין, פארגעס אז דו ביזט גרויס, אז דו ביזט שוין מלא מצות כרימון, יעדע מצוה פאר זיך איז א התחייבות און א עקסטערע פליכט, קוק נישט אין דעם באנק אקאונט, און לאז נישט דעם שטן אריינברענגען די עקסטערע גאות וועלכע וועט ח"ו אפשוואכן אפי' א קליינטשיק מצוה'לע וועלכע זעהט דיר אויס ווי עס איז אדם דש בעקביו. העשיר לא ירבה.

ווידעראום פאר דעם דל וועלכער איז נאך נישט ערגענצט אין זיינע מעשים, ער איז נאך נישט אנגעקומען צום תכלית צו דינען דעם אויבערשטן ווי עס געברויך צו זיין, זאגט אים די הייליגע תורה, ווען דו טוסט א מצוה, טוה זי מיט שמחה, פארגעס פונעם ליידיגן באנק אקאונט, פארגעס אין דיין ארימקייט אין מצות, געדענק אז השי"ת האט ליעב דיין מצוה פונקט ווי פונעם גרעסטן צדיק פון דור, און אמאל נאך מער פון דעם. דיינע פאר פרוטות זענען אזוי טייער און אזוי הייליג, עס איז נישט קיין צייט פאר דיר צו זיין פארנומען מיט דיין נידריגקייט אין מעשים. והדל לא ימעיט.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זיין אויפן דרך הישר און זעהן דאס ליכטיגקייט אויפן וועג וואס מיר דארפן זיי זעהן, און שטייגן אין תורה ומעשים עדי ביאת גוא"צ בב"א.

א גוט שבת