פארצייטנס פלעגן גאנצע חבורות זיך ארויסלאזן צוזאם גייענדיג פון שטעטל צו דערפל און פון דערפל צו שטעטל, אנצוקומען צו א ווייטע דעסטינאציע, יעדער מיטן פעקעלע אויף די פלייצעס האט מען מארשירט צוזאמען, גערוהט צוזאמען, און געגאנגען ווייטער צוזאמען.
אמאל עס האט איימיצן געפעלט אביסל עסן האט א צווייטער מנדב געווען און פארקערט ווען אים האט געפעלט א אנדערער צורך האט דער ערשטער צוריק געגעבן, און אזוי איז די שיירה געגאנגען און דער כח הרבים האט געהאלטן די רייזנדע ביזן דעסטינאציע וואו מ'האט זיך געשיידט יעדער צו זיין ציהל.
ביי איינע פון די שיירות ווען יעדער האט זיך געזעצט עסן און ארויסגענומען פון די זעקעלעך דאס רעפטל ברויט און אביסל וואסער צום טרינקען, איז מערקבאר געווען אז חנני' האט נישט קיין עסן מיט זיך טראץ דעם גרויסן פעקל וואס ער שלעפט מיט זיך, האט ער אלס געדארפט אנקומען צו טובות פון אנדערע, געבעטן פון דעם און פון יענעם און אזוי האט זיך די נסיעה געצויגן.
ויהי היום מ'איז אנגעקומען ביי איינע פון די אפשטעלן און ווידער האט חנני' אנגעשטעלט דעם בעטענדן פנים אז איינער זאל אים מנדב זיין א ברייטל, האט זיך איינע פון די מיטגייער מער נישט געקענט איינהאלטן און געפרעגט הויך: זאג נאר חנני', וואס טראגסטו אין זעקל? און פארוואס האסטו נישט מיטגעברענגט אליינס אביסל עסן אויך?
חנני' פארענטפערט זיך גאר שטארק אז אין זיין זעקל האט ער אריינגעבלאזן אסאך לופט! יא אזוי ווי איר הערט! לופט!
צום וואונדער פון די מיטרייזנדע האט חנני' מסביר געווען אז אין אזא נסיעה ווען מ'נעמט אינטער ווייסט מען דאך נישט וואס וועט אלס פעהלן אינטערוועגנס, און וויסנדיג אז יעדער נעמט מיט עסן און טרינקען האט ער באשלאסן מיטצונעמען לופט אויב וועט פעהלן ח"ו לופט צום אטעמען וועט ער זיין דער נדבן און געבן פאר יעדן וואס דארף, הלמאי ער האט מיטגעברענגט גענוג און נאך...
די רייזנדע האבן אלע אויסגעפלאצט אין א געלעכטער, און זעהנדיג מיט וואספארא תמים מ'האט דא צו טוהן, האט מען אים מיט גאר קלארע ווערטער מסביר געווען פאר קומענדיגן מאל צום וויסן, אז לופט דארפסטו קיינמאל נישט מיטברענגען, ווייל אזוי לאנג ווי מיר דרייען זיך אויף דעם פלאנעט וועלט, איז דא לופט איבעראל צו באקומען בחנם, און דאס דארפסטו נישט מיטשלעפן, דער פראבלעם איז נאר מיט עסן און טרינקען וואס אמאל איז פונקט נישט דא. דאס דארפסטו מיטשלעפן, דאס איז ווערד די טירחא.
מיר שלעפן זיך א גאנץ לעבן מיטן גרויסן לופטיגן פעקל, פארנומען און פארשארט מיטן דאללער, עס נעמט דעם מענטש'ס מנוחת הנפש אוועק, ער שלעפט זיך ארום איבעראל מיטן גרויסן אויפגעבלאזענעם פעקל לופט, אין דער זעלבער צייט וואס מ'ווייסט קלאר אז דער באשעפער דער זן ומפרנס איז גאר דער וואס זארגט אז מיר זאלן האבן עסן און טרינקען איבעראל, ער איז מפרנס מקרני ראמים עד ביצי כנים, ער זארגט פאר יעדן איבעראל. יא, דאס השתדלות איז איין זאך, אבער דעם גאנצן לופטיגן זעקל, דאס פעקעלע דאגות וואס דער מענטש מאכט זיך אליינס אן, דאס איז דאך מכלה נפש עד בשר.
ווידעראום ווען עס קומט צו אט דעם טייערן מאטריאל וואס איז נישט צו האבן נאר אויב מ'גרייט זיך, עס ווארפט זיך נישט דערפון אין די פעלדער און וועלדער, מ'דארף אן אייגן פעקל אנגרייטן דאס צו האבן, דאס פעקעלע מצוות ומעשים טובים, צו טוען מיר גענוג, דעם זעקל אנצופיהלן?
דער הייליגער באר מנחם שרייבט די וואך אויף די ווערטער פון רש"י הק' אויפן פסוק כתית למאור, זאגט רש"י כתית למאור ולא כתית למנחות, אז מיר געפונען אין די גמרא אין מס' מגילה, יגעתי מצאתי תאמין, ביי די הייליגע תורה, אויב פלאגט מען זיך קומט מען זיכער אן, אויב זאגט איינער יגעתי ולא מצאתי, אל תאמין, עס איז אזוינס נישט פארהאנען.
ווידעראום ביי פרנסה, איז קלאר אז דאס מינימאלע השתדלות דארף דער מענטש טוהן, אבער אודאי ברענגט נישט זיין יגיעה די פרנסה, עס איז אלעס קלאר פארשריבן פון אויבן, און די עקסטערע טירחא איז קיין סאך נישט מוסף צום אינטערשטן שורה.
זאגט דער הייליגער באר מנחם, אט דאס זאגט אונז רש"י הק' כתית למאור, מ'דארף זיך צושטויסן צום לערנען די הייליגע תורה, נאר אזוי וועט ארויסקומען די ריינע אויל וועלכע מיר גארן צו באלייכטן די וועלט, און צו טוהן דעם רצון ד'. אבער ולא כתית למנחות, וועלכעס ווייזט אויף פרנסה, דארט דארף מען זיך נישט אזוי צושטויסן, עס איז סיי ווי אנגעשריבן פון וואו די פרנסה און וויפיל זאל קומען צום מענטש.
עס קען אפשר מיט דעם אויך פארענטפערט ווערן א אינטערסאנטער דיוק, פארוואס פונקט דא ביי די אויל שטייט ארויס אין די תורה הק' וויאזוי מ'זאל דאס מאכן ריין, עס שטעלט זיך אויפן שכל אז צו מאכן ריין גאלד, אדער טייערע וואל געוואנטן, נעמט אויך אסאך חכמה פון דעם בצלאל און זיין סוויטע פון חכמי לב, עס האט זיך נישט סתם אזוי גענומען גאלד זילבער און קופער פון נידריגן סארט, מ'האט אודאי אריינגעלייגט א עבודה רבה עס צו רייניגן און מאכן ראוי לבוא אל הקודש. אלזא וואס עפעס פונקט ביי די אויל האט די תורה געזעהן צו שרייבן וויאזוי מ'זאל דאס מאכן ביים אויסשטויסן, איז דען נישט גענוג אז די חכמי לב ווייסן אז דער אויל דארף זיין פון ריינסטן סארט.
אבער ווען עס קומט צום אויל איז דא ביי אונז א לימוד אז דאס איז א עבודה וואס פאר די עבודה אליינס לערנט דער איד אראפ א דרך אין עבדות ד', עס איז די יגיעה וואס ער זאל אריינלייגן אינעם נר מצוה ותורה אור, די הייליגע ליכטיגקייט, וואס דאן וועט דער שלהבת זיין עולה מאליה, און איינמאל דער פלעמעלע ברענט וועט ער שוין זיין א נר תמיד און זיך קיינמאל נישט פארלעשן, דאס איז דער לימוד וואס מיר נעמען זיך ארויס פון די שמן זית זך.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן קענען אים דינען בשלימות און גיין קעגן משיח צדקנו באנפין נהירין בקרוב בימינו אמן.