יעדן צופרי גייט אן דער רוטין, די ארבייטער פון אלע קרייזן און שיכטן, נעמען זיך צוזאם ביים פיהל שטאקיגן בנין וועלכעס האלט אינדערמיט געבויט ווערן, און דער מענעדזשער גיבט ארויס די באפעלן, ער שיקט יעדן צו זיין ווינקל טוהן די ארבייט וואס מ'דארף פארן טאג ענדיגן.
עס איז אלעמאל דער שווערסטער חלק צו קענען פאראויסזעהן וויאזוי דער ענדע פונעם טאג דארף אויסזעהן, און ווי ווייט דער ציהל איז צו דערגרייכן. די וויכטיגערע ארבייטער פירן א מחנה ארבייטער אינטער זיך, און טוען וואס ברויך געטוהן ווערן. דערנאך די נאך קלענערע ארבייטער באקומען יעדער זיין האמער זיין נאגל, אדער אנדערע קלאפערגעצייג, טייערע אדער ביליגע, אלעס לויט די ארבייט וואס דארף געטוהן ווערן.
ויהי היום, און דער גרויסער בעל הבית פונעם בנין קומט מאכן א באזוך ביי די ארבייט, ער לייגט דא אריין גרויס געלט, און ער וויל זעהן צו אלעס ווערט געטוהן צו מאכן זיין געלטס ווערדע ארויפגיין און נישט אראפ.
ווען ער קומט אראפ באזוכן דעם ארבייטס פלאץ פירט ער זיך צו פרעגן די ארבייטער וויאזוי אלעס גייט זיי, ער ווייזט פאר יעדן ספעציעלע אינטערעסע, ער וויל הערן וואס די מינדערוויכטיגע ארבייטער האבן צו זאגן, עס איז אמאל מער ווערד ווי דאס וואס דער גרויסער מענעדזשער זאגט, עס איז מער אזא מסיח לפי תומו שמועס.
ער באמערקט איין ארבייטער וועלכער זעהט אויס גאר שטארק אנגעווייטאגט, און ווייזט א שטארקער אומצופרידנהייט אויפן פנים. דער בעה"ב פרעגט דעם ארבייטער, וואס גייט פאר? וואס דרוקט דיך?
דער ארבייטער קען זיך נישט איינהאלטן און איז מודיע דעם בעה"ב אז ער איז זייער אומצופרידן פון די אומרעכטן וואס ווערן דא געטוהן צווישן די פועלים. ער איז ממש אנגעווייטאגט ביז די טיעפענישן פון די נשמה. יעדן טאג ווען מיר קומען אין דער ארבייט ווערט די ארבייט איינגעטיילט אין א סדר, און יעדער באקומט זיינע קלאפער געצייג מיט וועלכעס מ'דארף איבערן טאג ענדיגן די פליכטן אנצוקומען צום ציהל.
איך באקום יעדן טאג א האמער און א גאנצן זאק נעגל, מיין עקספערטיז איז האקן נעגל, און איך טוה דאס מיט גרויס געטריישאפט. מיין שותף וועלכער איז פונקט ווי איך א גוטער ארבייטער, אבער ער באקומט אלס א גרויסן טראקטאר, א כלי וואס איז ווערד עטליכע הונדערט טויזנט דאללער, איך שפיר זיך מורא'דיג באקריוודעט! וואס קומט אים אזויפיל מער ווי פאר מיר? סוף כל סוף גיי מיר ביידע אהיים מיטן זעלבן געהאלט, אונז ארבייט מיר די זעלבע שעות, אלזא טייערער בעה"ב ביטע נעמט אייך אן אויף מיין קריוודע.
פארשטייט זיך אז דער בעה"ב האט שיין מסביר געווען פארן ארבייטער, דיין ארבייט און זיין ארבייט זענען אלס נאר פאר איין ציהל, צו ענדיגן דעם גרויסן בנין, און עס איז נישט רעלעוואנט מיט וואספארא כלים מ'ארבייט, דער האמער איז נישט דיינס, און דער טראקטאר איז נישט זיינס. סוף כל סוף קריגט איר געהאלט צו ארבייטן געטריי, און דאס איז דאס איינציגסטע וואס איז יא דיינס! דער געהאלט סוף וואך.
ויקחו לי תרומה, זאגט רש"י הק' לי לשמי.
עס איז דאך זייער שווער דער לשון "ויקחו לי" עס פאסט זיך ווען בעסער דער לשון, "ונתנו לי", ווי נישט ווי נעמט דער מענטש דער נודב געלט וואס ליגט ביי אים, און ער גיבט דאס צום עבודת המשכן, הלמאי פארוואס דער לשון פון ויקחו?
עס קומט אמאל ווען דער איד קוקט זיך ארום, און ער פרעגט קשיות, ס'איז אים שווער פארוואס דער אנדערער האט אביסל מער, אדער אביסל אנדערש ווי איך? פארוואס האב איך נישט דעם פארמעגן, אדער די קינדער וואס מיין שכן אדער חבר האט. עס גנב'ט זיך אריין א ווערימל וועלכעס ווערט גערופן בלשון חכמים קנאה, וואס דאס איז מוציא את האדם מן העולם.
זאגט אונז די וואך אין די פרשה דער גרויסער בעה"ב, דער כל יכול, ויקחו לי! איר האט נישט! איר גיבט נישט! דער האמער, דער טראקטאר, עס איז אלעס מיינס, איך גיב אייך די כלים וואס איך ווייס אז מיט דעם קענט איר דאס שענסטע מתקן זיין דאס וועלטל וואס בויט זיך. אויב קריגט איר א האמערל מיט נעגל, איז דאס ווייל אייך דארף די וועלט האבן אלס א נאגל האקער, און אויב האט איר דעם גרויסן טראקטאר, איז דאס אייער פליכט אויף די וועלט.
עס איז נאריש צו בעטן דעם טראקטאר, ווען סוף כל סוף ווען מ'גייט אהיים קריגט יעדער באצאלט לויט די ארבייט, לויט די יגיעה, און נישט לויט די כלים וואס מ'האט אים צוגעשטעלט.
ויקחו לי תרומה, דאס וואס איר מיינט אז איר "גיבט" דאס איז גאר וואס איר נעמט פאר מיר, ווייל איר ארבייט פאר מיר, איר זענט א חלק פונעם גרויסן וועלט וואס איר זענט מתקן, און איר גיבט נישט גארנישט פון זיך, עס קומט פון דעם גרויסן בעה"ב צו ארבייטן פארן גרויסן בעה"ב.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן וויסן אויסצופילן אונזערע תפקידים אויף די וועלט בשמחה וטוב לב, און גיין קעגן משיח צדקנו באנפין נהירין. אמן.
א גוט שבת