יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

וויפיל קומט זיך דיר?

פתח הגליון · פרשת תרומה

אין שטוב איז א גרויס דחקות געווען, האט יאהאן באשלאסן ער וועט זיך ווענדן צום פאלאץ פון קעניג, ער וועט זיך אינטערסירן צו ס'איז פארהאן א פאסטן וואס ער קען ערפילן דארט אין פאלאץ און פארדינען אפאר גראשן.

עס איז שוין אזוי געווען דער שטייגער פון די פויערן, ווען זיי האבן געוואלט פארדינען א פיאסטער איז מען געגאנגען צום קעניג און זיך געמאלדן ביים מיניסטער פון פאלאץ איינגעלעגנהייטן, און אלס געטראפן עפעס א קלייניגקייט וואס מ'דארף פונקט האבן, אמאל וואשן די פאדלאגע, און אמאל פיצן די פענסטער, און ביים אהיים גיין האט דער מיניסטער געגעבן א קאנווערט מיטן באצאלדונג.

אויפן וועג אהיים האט זיך יאהאן ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון זיין קאלעגע פויער איוואן, און זיך צונויפגעשמועסט איבערן טאג וואס ס'איז פארביי אין פאלאץ, ביידע האבן געעפנט די קאנווערטן, יאהאן האט געשפרינגען פאר שמחה, עס איז מיר געלונגען א גוטן ביסן צו קריגן, קיין שטאך ארבייט האב איך נישט געהאט די פארגאנגענע וואך, און דא אזא שיינעם מטבע פאר א טאג ארבייט.

איוואן פארציהט א גרימאז אויפן פארהארטעוועטן מארדע, ער ציילט דאס געלט נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ער נעמט זיך זידלען און שרייען, וואס מיינט ער וואס? איך בין זיין פערד? איך וועל פאר 10 גרייצער זיך אפארבייטן דעם טאג? דער קעניג האט אן אוצר ער קען אפקויפן די גאנצע ליטא און האלב מצרים, און מיר גיבט ער 10 גרייצער? מארגן וועל איך אריינגיין צום מיניסטער און אים קלאר דערקלערן אז אויב וועט ער מיך נאכאמאל אזוי באליידיגן וועט ער זיך מוזן זוכן אנדערע פאדלאגע וואשער, און איך וועל מיר נעמען מיין ביזנעס ערגעץ אנדערש.

יאהאן קען זיך נישט איינהאלטן און זאגט איוואנ'ען, איך האב געקריגן א שפאר ביסל מער פון דיר, און דו ווייסט פארוואס? איך בין ביי דער ארבייט קיינמאל נישט צופרידן, איך ארבייט און ארבייט ווייל איך ווייס אז וויפיל איך טוה טאקע פאר מיין פרנסה, איז דאס פארט דעם קעניג'ס פאלאץ, און וואס פארשטיי איך ארימער פויער צום פערפעקטן מלוכה ריינקייט וואס פארלאנגט זיך, דעריבער ווען ס'קומט צום באצאלן בין איך צופרידן מיט וואס איך באקום, ווידעראום איוואן דו פוילעסט אונטער, דו מורמלסט דיך אינטער אז ס'וועט שוין גוט זיין, ווער וועט זעהן דאס קליין שטויבל? וואס גייט דעם קעניג אן אז אין א ווינקל דרייט זיך א שפין? קוים ער זעהט מיך, וועט ער זעהן דעם שפין? אבער מיט אזא געטריישאפט ווי קענסטו דען זיין צופרידן דערנאך מיטן באצאלדונג.

און וואס מיינסטו פאסירט דערנאך? דער מיניסטער זעהט מיין ארבייט, און באצאלט מיר פאר מיין האראוואניע, נישט ווייל "איך" בין צופרידן, נאר ווייל "ער" איז צופרידן, און דאס איז וואס ער וויל. אבער ווען ער קומט צו דיין ווינקל און ער זעהט דיין צופרידענע מינע פון דיין ארבייט, און ער זעהט ווי דו ביזט א גוטער אויפן קעניג'ס חשבון, גיבט ער דיר וואס עס קומט דיר.

איוואן איוואן, דער וואס איז צופרידן פון די אייגענע ארבייט, איז נישט צופרידן מיט וויפיל מ'גיבט אים, און דער וואס איז קיינמאל נישט צופרידן פון זיין אייגן ארבייט, גיבט מען אים אזויפיל ער זאל זיין צופרידן.

את תבנית המשכן ואת תבנית כל כליו, וכן תעשו. זאגט רש"י הק' וכן תעשו, לדורות.

דער הייליגער כלי יקר שטעלט זיך פון וואו רש"י נעמט דעם "לדורות" און ער איז מסביר אז פון די געבוי פון דעם ארון און דעם שולחן לערנען מיר א הייליגן לימוד לדורות.

נעמליך דער ארון איז געבויט מיט א מאס פון אמתים וחצי ארכו, ואמה וחצי רחבו ואמה וחצי קמתו. עס איז אלעס מיט האלבעטע אמות, נישט קיין גאנצע רונדע נאר צובראכענע שיעורים, ווידעראום ביים שלחן זענען יא דא גאנצע שיעורים פון אמתים ארכו ואמה רחבו.

דאס קומט אונז לערנען אז ווען מ'רעדט פון דעם ארון וואס ווייזט אויף לימוד התורה, דארף דער מענטש געדענקען אז וויפיל ער טוט איז ער נאך אלס נישט געקומען צום שלימות, און עס פעלט אלס אויס צו זוכן וואו מ'איז נאך נישט פערפעקט, און זיך נישט איינרעדן אז מ'איז שוין יוצא כלפי שמיא, ווייל וויפיל איז דען דער שיעור אין טוהן דעם רצון הבורא דער מלך מלכי המלכים, וואס מיר פארשטייען דען בכלל זיין גרויסקייט?

ווידעראום ווען מ'רעדט פון דעם שלחן, וואס ווייזט אויף דעם חלק ההצלחה וואס א מענטש האט אין זיין גשמיות'דיגן לעבן, עשירות און שלוה בעולם הזה, דארט איז ווי דער מענטש דארף יא אלס זיין צופרידן מיט וויפיל עס איז, און נישט פרובירן צו אנפילן זיינע תאוות מיט מער ווי ער האט, און דאנקען דעם בורא אויף וויפיל ער באקומט, שפירן ערפילט און ערגענצט מיט וויפיל ער האט.

אט דאס לערנען אונז די הייליגע כלים פון משכן, נישט ווי להבדיל איוואן וועלכער איז נישט צופרידן מיט וואס ער באקומט און איז גאר צופרידן מיט וויפיל ער טוט, איז דאס אלס דער סדר אז די וואס מיינען אז זיי טוען גענוג, און מ'קומט זיי שוין גאר אן הכרת הטוב, די זענען קיינמאל נישט צופרידן מיט וואס זיי האבן.

ווידער די וואס ווייסן אז וויפיל מ'טוט פארן מלך איז נישט גענוג, זענען אלס צופרידן מיט וואס זיי האבן, און אזוי זענען זיי טאקע זוכה צו באקומען מער און מער צוליב זייער שלימות אין די ארבייט.

ונזכה לעבוד את ד' מתוך אהבה ושמחה בלב שלם.