יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

לאמיר רעדן ביזנעס

פתח הגליון · פרשת משפטים

עס איז אזוי אין יעדן געשעפט וואס ווערט געשלאסן, ביים פארהאנדלונגס טיש זיצן געוויינליך דער מוכר, דער לוקח, און די ארומיגע יועצים און געהילפן וועלכע העלפן ארויס מיט די טראנזאקציע, אלס לויט די אומשטענדן, און לויט דעם געוויכט אדער ברייטקייט פון געשעפט איז אלס דא מער ארבייט צו טוהן.

עס איז אבער א וואויל באקאנטער כלל אין געשעפטן אז דער וואס איז ידו על העליונה דער קען אלס פארלאנגען מער פארן פרייז און דער וואס איז ידו על התחתונה מוז פרובירן מיט אלע השתדלות אקעגן קומען און פרובירן צופרידן שטעלן דעם צד שכנגד צו קענען דורכפירן דעם געשעפט.

אלזא לאמיר זיך פארשטעלן ווען ביים טיש זיצן דער לוקח און דער מוכר, עס איז דער לוקח וועלכער וויל גאר שטארק עררייכן דעם גוטן מקח, ער שפירט ווי דאס שטיקל קרקע, אדער חפץ, קען אים זיין צו א שטארקן ריוח, עס איז דאן ווען דער לוקח שפירט זיך אביסל ידו על התחתונה ווען ער מוז נאכקומען די גרימאזן פון דעם מוכר כדי צו קענען עררייכן דעם ציהל, ער צאהלט נישט דעם טייערן פרייז ברצון, נאר בהכרח, ער קען נישט ערלויבן דעם געשעפט דורכצופאלן.

ווידעראום ווען דער מוכר איז דער וואס וויל פטור ווערן פונעם חפץ אדער פונעם קרקע און ער איז גרייט פאר קאנסעציע'ס ער פריידט זיך אז איינער וויל נעמען זיין חפץ, שפירט ער זיך אביסל אינטערגעווארפן די קריוודעס און שיקאנען פון דעם לוקח, ער איז ידו על התחתונה, און פרובירט מיט אלע כוחות אז דער געשעפט זאל זיך ענדיגן, ער פארקויפט נישט ברצון נאר בהכרח, ער האט מורא פונעם שארפן "ניין" וואס דער לוקח קען נאך זאגן.

ווי אינטערסאנט עס הערט זיך נאר, איז צומאל דא ווען דער מוכר און לוקח טוען זיך איינטוישן פאזיציע'ס אינדערמיט פונעם געשעפט, ווען איינער פון זיי מאכט א גוטן איינדרוק און קען מאכן דעם אנשטעל אז ער איז גארנישט אזוי אינטערשטעליג. דער מוכר וועט פרובירן מסביר זיין אז מ'לויפט אים נאך צו קויפן דאס חפץ, און דער לוקח אין זיין שוואכן מינוט פרובירט מיט אלע הסברים מסביר זיין אז ער קען דאס חפץ  האבן ערגעצאנדערש וואו פאר ביליגער און שענער.

אין די וואכעדיגע פרשה טרעפן מיר זיך מיטן ארעמען עבד עברי וועלכער האט זיך איינגעהאנדלט דעם כבוד צו ווערן א עבד לעבדים, ער דארף נעבעך אפארבייטן פאר די גניבה מיט וועלכעס ער איז אין א שווערן מינוט דורכגעפאלן.

די הייליגע תורה נעמט זיך אן פאר דעם עבד, און די פרשה הייבט זיך אן מיט די הלכות וועלכער דער בעל הבית מוז נאכקומען נישט עקסטער צו באמוטשען דעם ארימען עבד, ער מוז אים צושטעלן פון אלעם וואס א געוויינליכער מענטש מוז האבן, דער עבד עברי האט א עקסטערן חשיבות, ער איז נישט קיין עבד כנעני וואס מ'קויפט אין מארקפלאץ, ער איז א איד מיטן צלם אלקים וועלכער איז דורכגעפאלן צוליב זיינע שוועריגקייטן אין פרנסה.

קומט פלוצים א מינוט פון גאר שטארקן טויש, א מינוט וואס ענדערט דעם גאנצן בילד, דער עבד עברי ווערט פארוואנדלט אין א פאררעטער, און מ'לעכערט אים דעם אויער, הלמאי כי לי הם עבדים, און דא האט זיך דער עבד פארקויפט פאר א עבד פארן בשר ודם. היתכן? ווי קומט דאס צו טוהן אזא זאך?

עס איז זייער א שווערער  פרעצעדענט, און די ספרים הקדושים זענען פארנומען צו פארענטפערן וויאזוי דער לעגאל פארקויפטער עבד ווערט פלוצים נאך 6 יאר ביי די ארבייט אזוי באשולדיגט פארן זאגן אז ער וויל בלייבן ביים האר.

אבער דער הסבר איז א קלארער. עס איז דער עבד עברי אליינס וועלכער איז דאס ערשטע מאל זיצנדיג ביים פארהאנדלונגס טיש געווען ידו על התחתונה, ער איז באצייכנט אלס אן ערליכער איד א עבד לד' וועלכער איז נעבעך פיזיש דורכגעפאלן און אומווילנדיג אין א סיטואציע וועלכעס ברענגט אז מ'זארגט פאר אים אז ער זאל נישט דארפן נאכקומען אלע קריוודעס פון בעלי בתים וואס רעכענען זיך נישט מיט זיין ביטערן מצב.

ווען פלוצים גיבט זיך א דריי אויס דאס רעדל מיט איין ווארט וואס דער עבד זאגט ביים פארהאנדלונגס טיש 6 יאר שפעטער, ער זאגט מיט חוצפה און מיט פרעכהייט אז די אלע בענעפיטן וואס די הייליגע תורה האט אים געגעבן ארויסצושלעפן פון פלאנטער נעבעך, איז גארנישט אזוי פלאנטער און גארנישט אזוי פארנעבעכט, ער איז גאר דער וואס וויל דעם געשעפט, ער איז גאר דער ידו על העליונה, ער איז באוואוסטזיניג און אויסגערעכנט צו פארבלייבן אלס א עבד לעבדים, אט אין דעם מאמענט ווערט דער עבד א פאררעטער, ער האט אויסגעפאפט זיין בעל הבית, ער האט ברצון זיך גענומען דאס עבדות און נישט בהכרח.

ווי קלאר עס הערט זיך, קענען מיר זיך אלס טרעפן אין א סיטואציע ווי דער עבד עברי, דער איד קען אמאל דורכפאלן מיט זיין עבדות ד', ער וויל תשובה טוהן און דאס קומט אים אויך נישט אן גרינג, דער שטן שטייט ביי די זייט און מאכט זיכער צו פארקירווען זיין מח נישט צו זעהן דעם ליכטיגקייט, ער שטופט אים פון היינט אויף מארגן און אזוי ווייטער.

קומט אבער אמאל נעבעך א מינוט ווען דער אידעלע קען כאטש מאכן א פעולה צו טוישן פאזיציע צו ידו על העליונה, ער קען אראפלייגן געוויסע לעבנס גדרים וסייגים וועלכע זאלן כאטש ווייזן אז דער איז נישט אויסן צום געשעפט, ער איז כלל נישט אינטערסירט אין די חטאים נעבעך, ער פאלט נאר אמאל דורך. און דאן איז ווען דער איד קען נעבעך פארפאלן ווערן אלס ועבדו לעולם רח"ל, און ער דארף שווער ארבייטן צוריק צו דרייען דעם רעדל.

זאל הקב"ה אונז העלפן נישט צו פאלן ח"ו קיינמאל ברוחניות אדער בגשמיות, בכלליות ובפרטיות, און מיר זאלן קענען שטייגן אין עבדות ד' עדי ביאת ינון בב"א.