נאך א תקופה פון מער ווי 5 יאר וואס איך האב נישט געטון די מצוה פון גיין נאך געלט אין ביהמ"ד ביים דאווענען, טראץ וואס אויף אנדערע אופנים יא, האב איך היינט געהאט די זכי' נאכאמאל צו מיטלעבן דעם "גיינאכגעלט" געפיהל און די גאנצע זאראוואכע דערמיט.
איך בין שוין נעכטן נאכט נישט געהעריג געשלאפן, איך בין נערוועז אז איך האב מיך אינטערגענומען צו גיין נאך געלט אין א גרינעם זינטאג, דאס מיינט איך מוז אויפשטיין גאר פרי, ווען אויף מיין קאלענדער איז זונטאג דער עלות בערך 8 אוהר.
נאך א צוויי שעה בין איך אויפגעשטאנען צום טעלעפאן רוף פון מיין חבר צום געלט גיין, און איך האב אים אויפגעפיקט פון זיין הויז. די איינציגע טרעפיק אינטערוועגנס איז געווען די קאטשקע פאמיליע וועלכע האט באשלאסן צו פראטעסטירן אינמיטן די גאס צוליב עפעס פראבלעמען וואס זיי האבן מיט די ווילעדזש (אזוי האט עס נאר אויסגעזעהן איך האב מיך נישט צוגעהערט צו זייערע אישו'ס, נישט געהאט קיין צייט)
די מקוה איז נאך ליידיג, די שאוער'ס זענען נאך קאלט, (איינע פון די סיבות נישט אויפצושטיין צו פרי, איז דאס דארפן ווארטן ביים שויער נאכן כאפן א קאלטן גאס פאר 5 מינוט #מעשי שטן) קיינער שמועסט נישט, מ'זעהט נאר די אייניקלעך פון קאלאמוטנע לויפן שטיל אין זייער אייגן שאטן.
איך לויף ארויף כאפן דעם ערשטן מנין, די מנין אין קרית יואל איז נאר א פוירסט קאזין מיט תרח'ס מנין פון ראדני, (גראדע שוין לאנג נישט געווען אין ראדני ביים תרח'ס מנין, אבער אויב האט דאס איבערבויען דעם ביהמ"ד אונטן געהאט סיי וועלכע אפעקט אויף דעם מנין דארף מען מאכן א מעמד בקשת מחילה אן שיך און זאקן)
דארט ביי תרח'ס קאזין איז גרינג דאס געלט גיין יעדער זיצט אויף אנדערהאלבן טיש, מאנכע האבן נאך די זייגערלעך אזוי פלאצירט אויפן טלית בייטל צו קענען זעהן אויב דער בעל תפילה כיפערט שטאטער ווי מ'מעג. דאס אינטערסאנטסטע מיטצוהאלטן איז ווען מ'טוישט גיער פון עלינו צו תיקון, פלוצלינג הערט זיך גערודער אוואו מ'גייט ועון יעצט דאווענען. אלע דשאוקס וואס מ'האט איינגעהאלטן א גאנצן דאווענען פליען יעצט אומקאנטראלירט. עס איז אזא סארט פאמיליע צוזאמקום וואו יעדער זאגט וואס מ'וויל, וויפיל מ'וויל וויאזוי מ'וויל, אויף וועלכע טאן מ'וויל. גאר אינטערסאנט. (צו זייער קרעדיט איז דאס דאווענען דארט גאר ערנסט, און טראגט א באזונדערע כאראקטער צוליב אירע מתפללים, און זייער גאר שנעלע תפיסה…)
רעדנדיג פון די פארטאגס מנינים, איז אויך אינטערסאנט אז דאס איז אזוי ביי אלע ערשטע מנינים וואו די מתפללים שפירן זיך אלס א חלק פון א משפחה, עס הערט זיך עפעס פון זיי ווי א קולט פון פרי דאווענערס, זיי רעדן פון "זייער מנין" מיט אינערליכע שטאלץ און אנהענגשאפט.
א שאד איך האב פארפאסט דעם ותיקין מנין, דאס איז נאך סאך אינטערסאנטער פון אלעם. דארט איז אלעס דער זייגער, איין אידל איז דא דארט וואס גרייט ניטאמאל אן א סידור, און קוקט נישט ארויס ביים דאווענען. וויאזוי דאס קען זיין? ער קוקט נישט ארויס פון זייגער… זיי האבן די ספעציעלע גראבע וואנט זייגער'ס אין בייטל, און ממש יעדער נעמט ארויס דעם זייגער און פלאצירט עס גענוג מערקבאר, עס זעהט אמאל אויס ווי פון צווייטן טאש קומט ארויס א האמער מיט א נאגל עס אריינצוהאקן אין שכן'ס רוקן, אבער איך האב נאך נישט געזעהן דאס פאסירן.
ביים ענדיגן תרח'ס קאזין מנין, האט נאך איינער עספיהעט אונז צו ווארענען נישט צו פארגעסן דעם נעקסטן מנין, וואס ווי ס'זעהט אויס איז עס א אומלעגאלע מנין פון שפעט קומער'ס צום תרח מנין. ער ווייסט נאר נישט אז איך האב נישט קיין אנונג וועלכע מנין איז יא אדער נישט לעגאל דא. איך קוק נאר ווי די מענטשהייט איז אזוי אנדערש צופרי ווי שפעטער אין טאג. האט אייך שוין איינער אמאל געזאגט ביים גיין נאך געלט ביי א מנין וואו איר קענט גיין צו טרעפן נאך א מנין? דאס איז עפעס וואס קומט מיטן פריען זייגער.
נאך א שנעלע געלויף צווישן די פאר פריע מנינים האט מיר אנגעהויבן אויסזעהן אז דאס גאנצע "געלטגייעריי" האט זיך געטוישט מיט די יארן. איך האב פון קיינעם נישט בעאקומען קיין דיים, און קיינער נאט נישט געבעטן טשענדזש פון א קוואדער, א חידוש ביי תרח'ס מנין. אמאל האט מען געמוזט אנהייבן דאס געלט גיין מיט א פעקל דיים'ס צו קענען נאכקומען דעם פארלאנג דארט.
איך ווארט אז דער שוואונג פון מנינים זאל זיך אנהייבן, און עס ווערט שוין 8:00 און מ'פאנגט אן צו זעהן אביסל קאליר אין ביהמ"ד, ס'איז שוין נישט די בלוי קאלער מנינים, מ'זעהט שוין די עשירים'לעך קומען אין ביהמ"ד, מ'זעהט שוין די נייע אינגעלייטלעך וועלכע מאכן נאך די בלינקער'ס ווען זיי דרייען זיך צווישן די שורות צו זוכן א מקום קבוע, מ'זעהט שוין צווישן די שורות די טרעפיק פון געלט גייער'ס. איך זעה אז די מומחים ווייסן ווען אנצוקומען, און זיי קומען נאר צו די ראשאוער מנינים.
א אינטערסאנטער פאראדאקס איז צווישן די תרח מנינים און די אברהם אבינו מנינים. די תרח מנינים ווען דו קריגסט א גלאטן דאללאר, ווערט דאס געגעבן מיט א ספעציעלע חשיבות, מ'גלאט אויס דעם דאללער, מ'לייגט עס צווישן די פינגער, און מ'געזעגנט זיך שווער דערפון, מיט א בליק פון "דו זעהסט וואס איך גיב דיר דא???"
ביי די שפעטערע מנינים אנהייב פון די אברהם אבינו מנינים ווען מ'קריגט א דאללאר איז עס ערווארטעט און ס'איז נישטא קיין פארמאליטעטן, אבער ווען א גוטער פריינט גיבט אביסל מער ווי א דאללער למשל צוויי דאללער, וועט ער עס אזוי לייגן אז די שכנים אזוי ווייט ווי דאס אויג זעהט זאלן באמערקן, און מאכט זיכער אז די געלט גייער זעהען דאס חשיבות וואס זיי האבן דא.
ביי די נאך שפעטערע מנינים מער צו די יצחק אבינו זייט, אפי' אויב מ'קריגט א צענער אדעאר א צוואנציגער, קען אמאל דער נותן געבן א ציה מיטן אקסל אווי צו זאגן "וואס זאל איך טוהן איך האב נישט מער דא…"
איך קלער ס'האט צו טוהן מיט היימישקייט. די ערשטע מנינים שפירן זיך מורא'דיג היימיש אין זייער מנין, אויף זייער פלאץ, מיט זייער שכן, און זייער בעל תפילה, אלעס איז זיינס, ער באציהט זיך צו זיין מנין ווי צו זיין צווייטע היים, ווי שפעטער די מנינים אלס מער איז עס ווי א טרעין סטעישאן וואס ווי מ'פאלט אראפ דארט דאוונט מען. אויסער די וואס פאלן בכלל נישט נאר פארן ארום פון איין פלאץ צום צווייטן. מ'שפירט זיך עפעס ווי אויף געסטעריי. ביידע שכנים קוקן זיך אן ווי פרעמדע, און געסט געבן מער? ווייס איך נישט אזוי זעהט עס עפעס אויס.
אפאר אינטערסאנטע אנעקדאטן פון דעם געלט גיין, איז דא א אידל וואס ער זיצט ביים טלית בייטל איבערגעבויגן מיט ביידע הענט פון די זייטן, אזוי אז אפי' אויב איינער וויל גנב'נען זיין טלית בייטל קומט עס מיט מיט אים צוזאמען. איך ווייס נישט פון וואס ער האט מורא, אבער א טיעפערער בליק האט געוויזן דעם בערגל דיים'ס און קוואדערס אינטער זיין בייטל וואס ער וויל נישט מ'זאל באמערקן וועגן עין הרע.
הכלל איך בעט דעם איד צדקה, און ער פאנגט אן ווי א ראבאט מיט א גאנצע פראצעדור. 1. ער קוקט קודם ווער זענען די צוויי וואס גייען דא. 2. ער קוקט נאכאמאל צו מאכן זיכער ער האט גוט געזעהן, און ער אבזערווירט די הענט אויב גייט מען טאקע צוזאמען און איינער האלט די קעש און דער צווייטער דעם טשעינדזש וכדו' אדער זעהט ער צוויי וואס גייען עקסטער. (ער האט מיך דערמאנט פון דעם אידל וואס מ'האט אויסגעלערנט דרייוון און איז אריינגעפארן צווישן צוויי מאטארסייקלס נאר געוואויר צו ווערן אז ס'איז געווען איין גרויסער טראק) 3. ער נעמט אפיר דעם באהאלטענעם קוואדער מיט 4 פינגערס פון ביידע הענט און באטאפט עס אזוי ווי ווען מ'מישט דאללארן ער לעקט דעם פינגער און מישט דעם קוואדער צו זעהן אויב ס'האט זיך נישט בטעות פארהאנקערט נאך א קוואדער. 4. ער קוקט נאכאמאל אויב מיר גייען צוזאמען. 5. ער באשליסט בי וועם אין אין די האנט אריינצוווארפן דעם אויסגעהארעוועטן קוואדער. 6. בראווא!!! דער קוואדער לאנדעט בשלום ביי מיר אין די האנט. 7. נאך איין שטרענגן בליק מיט א קוק ווי בייער'ס רימאורס, און א שנעלן דריי אוועק צו פארגעסן פון דעם קוואדער און אנגיין מיטן לעבן. און דער נעקסטער געלט גייער איז יעצט אין די רייע.
איך האב דעם איד געוואלט פרעגן צו זיין קוקן אויף מיר האט אויסגעמאכט אז איך האב באקומען דעם טאפ פרייז פון א קוואדער, אדער איז דער קוואדער געווען דאס נידריגסטע וואס איך האב געקענט גיין… איך מאך נאך ריסוירטש דערויף.
אפאר אידן האבן מיר געגעבן א "על המחי'" (פאר די וואס ווייסן נישט. דאס איז געלט וואס איז עובר לסוחר אין קרית יואל, און מ'קען דערמיט קויפן א דירה אין די נייע געגנט ארום קרית יואל אויך) איך האב נישט געוואוסט וואס זיי ווילן פאר טשענדזש, איך האב געקלערט זיי צו געבן מעדיקעיד, אבער איך האב נישט געהאט מיין קאארטל מיט מיר.
געוויינליך עס איך נישט קיין תיקון אין ביהמ"ד צוליב מיין געזונט און יענעם'ס געזונט (איר פרעגט "יענעם'ס געזונט מאן דכר שמי'? יא איך האב שוין געזעהן אמאל ביים פארזוכן א געשמאקן קוכן ווי איינער וואס שטייט נאך שמו''ע קוקט ארויס מיט קנאה, און די אויגן קריכן אים ארויס פון אינטער די ברילן. איך קען נישט נעמען אזא אחריות) אבער גייענדיג נאך געלט, פעלט זיך אויס אביסל א טרונק זיך צו האלטן מונטער. באמערק איך אז ביי יעדן תיקון טיש אין ביהמ"ד זיצן די זעלבע אידן. איך קלער צו זיי זענען איינגעשטעלט אלס טיש רייניגער, הוי דן לכל אדם לכף זכות.
איינער פון די געלט גייער'ס תדירים, וועלכער גייט יעדן טאג מיט די פושקע, מענעדזשט אלס צו מאכן טרעפיק צווישן די שורות, איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי ער טוט עס אבער וואו ער שטייט איז אלס אנגעשטויסן מיט געלט גייער וואס ווארטן ער זאל ענדיגן. ער האט א ענוועלאופ מיט קעש, א ראבער מיט גרעסערע באנקנאטן, א זעקל מיט קוואדער'ס, און א זעקל פאר דיים'ס, ער ליידיגט זיך אויס די קעשענע'ס אויף יענעם'ס סידור דער זאל נישט קענען אריבערמישן אפי' ער וויל, און ער שטייט עפעס שיעפלעך אז ס'זאל ניט זיין מעגליך ניטאמאל א יו טוירן צו מאכן.
איך האב אים געפרעגט צו ער קלערט נישט אז צוליב זיין סיניאריטי אין דעם פאך זאל ער נישט האבן א ספעציעלן בריק ווי די באס לעין ביים לינקאלן טאנעל וואס נאר ער און אלע אנדערע תדיר קודם'ס מעגן גיין. ער שמייכלט און זאגט מיר אז "ניין! קיינער שטערט מיך נישט ב"ה" איך האב געענדיגט דעם שמועס בכי טוב און בכלל נישט אויפגעברענגט אז איך מיין גארנישט אז מ'שטערט אים נאר די אנדערע וועג ארום.
ווען מ'גייט נאך געלט זעהט מען אויך מיט א ניכטערן בליק וויאזוי די מנינים ארבעטן, אבער דאס איז א פרשה בפני עצמה און איך וועל עס לאזן פאר א צווייטן געלעגנהייט.
זייט מיר געזונט,