יצחק אליקים הכהן שווארטץ (זאלץוואסער)
אין א לאנד ווייט איבער זיבן טויזנט מייל פון דאס שטעטעלע קרית יואל, עס הייסט כינע, האט זיך אריינגעכאפט א מגיפה'לע, באקומען האט עס א ליבליך נאמען וואס האט נושא חן געווען אין די אויגן פון די פיליזאפן וקרא שמו "קאראנע".
עס האט גארנישט געהאט מיט אונז וואוילע אידן דא אין די ווייטע ניו יארק, נאר ווען די צייטונגען סוף וואך זענען ארויסגעקומען האבן מיר געליינט אז עס איז דא א גרויסער סעיל אויף בעט געוואנט, און אויך א מגיפה אין טשיינע. וואס נאך איז נייעס?
א פרייליכן פורים געהאט, חוזק געמאכט פון די אומוויסנדע חינעיזער וועלכע זענען נעבעך פארשלאסן אונטער שלאס און ריגל, א מין דריטע וועלט לאנד פון קאמוניסטן און אומוויסנדע קעלבלעך וואס לאזן זיך פירן פון די באהערדע. חחח, ברוך שלא עשני כינעזער.
און אזוי האט זיך פלוצים דערהערט א ווידערקול פון די נייעס און רעגירונג אגענטורן, דער בחור איז דא, וועלכער בחור? דער קאראנע, וואו איז ער? אין אמעריקע!!!
אה, אמעריקע, זיכער ערגעץ אין די וויסטענישן פון תהום אין נאוואדא אדער די רויט האלז געגנטער פון די גראבע אנטיסעמיטן און שלעכטהארציגע ווייס הויטיגע ראסן האסערס. צוריק צו דער ארבייט, מ'מיינט נישט אונז...
און דאן האט עס פאסירט – ניו יארק לייף די קאמפאני פאר וועלכע איך ארבייט שוין קנאפע 15 יאר האט אונז שטילערהייט געלאזט וויסן אז מ'רעדט ערנסט פון צוטיילן די ארבייט און קוואראנטירן האלב פון די ארבייטערס פאר צוויי וואכן, און די אנדערע העלפט פאר די קומענדיגע צוויי וואכן, און אזוי ארום אביסל פארשפרייטערן די מענטשליכע ראסע, און אפשר מונע זיין דעם אנקומענדיגן קאראנא.
עס האט מיר אין קאפ אנגעהויבן שפילן וויאזוי איך זאל פרובירן צו מאכן אז מיינע 2 וואכן זאלן זיין די פסח וואך דערינען, און אזוי ארום וועל איך זיך שפארן אפאר וואקאציע טעג, און אויך קענען מער ווייניגער אנגיין אין די וואכן פאר פסח מיט די געהעריגע ארבייט וואס איז דא אסאך צו טון.
אבער נאך פאר די זאך האט זיך געהעריג עטאבילירט איז פלוצים געקומען די ידיעה אז ביז א טאג ארום וועלן די אפיסעס זיין אינגאנצן פארשפארט, יעדער זאל זיך אהיים נעמען די וויכטיגע חפיצים ווייל מ'וועט בשום אופן נישט קענען אריינגיין אין אינזערע אפיסעס, (מ'האט שוין פארדעם אפאר טאג געסטראשעט מ'זאל יעדן טאג אהיים נעמען די קאמפיוטער'ס וכדו' ווייל אין א ליאדע מינוט קען אלעס ווערן פארשפארט און מ'וועט בשום אופן נישט קענען אריין אין אפיס נאר מיט בחורי'שע מיטלען וד"ל)
און דער טאג איז געקומען ווען פלוצלינג איז אלעס אפגעשפארט געווארן נאך פריער ווי געווארנט, און אין יוצא ואין בא.
איך האב ב"ה ארויסגענומען מיינע וויכטיגע חפיצים צו קענען ארבייטן פון שטוב, אדער פון מיין אפיס אין קרית יואל, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטיקל פארלייכטערונג. געקלערט ביי מיר האב איך אז אינדערהיים צו ארבייטן פאר פסח איז דאך געהעריג א סכנה, וועל איך זיצן אין א קליין אפיסל וואס שטערט נישט קיינעם און אזוי דורכשוויצן די אומאיינגענעמע צייט וואס זאכן זענען אפגעשפארט. איך האב זיך אפילו געפריידט אז מיין אפיס איז נאנט צום גרויסן ביהמ"ד און אזוי וועל איך קענען ממש האבן אלעס ביי די האנט. ווייניג האב איך געוואוסט אז ביז א טאג וועט זיין אינגאנצן אומרעלעוואנט צו די בית המדרש איז נאנט אדער אריבער די זיבן ימ'ען.
ווי נאר דער נאכט איז אנגעקומען, האבן זיך ארום געדרייט שמועות מפחידות אין די גאסן אז מ'רעדט ערנסט פון פארשפארן די בתי מדרשים ח"ו, און די מוסדות פאר די קינדערלעך הי' לא תהי'. איך ווייס נישט אויב נאר ביי מיר אדער יעדער אנדערש אויך האט געטראכט אז דאס איז ווייטער איינס פון די שיער נישט געשעענע קאטאסטראפע'ס פון וועלכע דער רבש"ע היט אונז כסדר, ווען מ'זעהט ווי שיער נישט האט פאסירט דאס אדער יענס און דער אויבערשטער האט געהאלפן און מ'האט געקענט ווייטער אנגיין.
כ"ב אדר תש"פ
ביי מיר איז עס געווען בלתי שום ספק אז מ'רעדט דא פון עפעס וואס וועט נישט פאסירן, אבער אויף ניסים קען מען זיך נישט פארלאזן, און אין דעם ביטערן טאג בין איך שנעל געלאפן אין שול נעמען מיין טלית ותפילין נישט צו בלייבן אויסגעשפארט ח"ו, און אין די זעלבע צייט שנעל אנגערופן הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו פון די חברה קדישא, און געבעטן צו בארגן א ספר תורה, אין פאל מ'דארף ח"ו דאווענען אינדערהיים. (איך האב א עקסטערע געשיכטע איבער סייעתא דשמיא אין דעם פאל פון די ספר תורה, אבער איך שפיר נאך נישט גענוג באקוועם אפצושרייבן ווען איך ווייס נישט ווער ס'וועט עווענטועל לייענען, אבער מיינע נאנטע ווייסן שוין פון וואס איך רעד)
אלנספאלס איז מיר געלונגען, ר' יוסף האט מיר געזאגט אז ער קען נישט ארויסגיין פון שטוב, ער איז שוין געווען פארשפארט זייענדיג העכער 60 און היטנדיג אויף זיין געזונט, ער האט מיר געזאגט וואו צו גיין, און איך האב אויך גערופן ר' שלמה הערש קארנבלי זאל מיר קומען עפענען אין חדר אהרן צבי דעם ארון קודש צו נעמען די ספר תורה, און אזוי ארום האב איך באקומען א ארון קודש מיט א קליינעם ספר תורה דערינען.
און דערמיט האט זיך געגרינדעט א צייטווייליגער שול ביי מיר אינדערהיים.
די שוואגער'ס מיינע און די קינדער צוגלייך האבן זיך גלייך גענומען צו דער ארבייט, מ'האט צענומען דעם דיינינגרום טיש וואס איז ספעציעל אזוי געמאכט אז מ'קען מאכן דערפון עטליכע טישן, מ'האט אויסגעשטעלט א כמו ביהמ"ד, דער עמוד איז געווען דער שטענדער וואס איך האב נאר דאס יאר געקויפט פאר די ימים נוראים. דערנעבן א שיינער קליינער ארון קודש, און דער דיינינגרום איז פארוואנדלט געווארן אין א ביהמ"ד.
מיין זון ר' ח"א האט שנעל ארויסגעפרינט פארשידענע מודעות אינטערן נאמען פון דעם ביהמ"ד וואס ער האט א נאמען געגעבן ביהמ"ד הכתר והכבו"ד. און די זמני שחרית מנחה מעריב, ווי אויך די התראות איבער רעדן אין ביהמ"ד, און דאס ריינהאלטן די קאווע שטובל וכו', אזוי איז די צורה געווארן מער און מער ווי א ביהמ"ד, און די קיך איז פארוואנדלט געווארן אין א גאר פארנומענע קאווע שטוב.
ערגעץ אינמיטן טאג איז מיר אריינגעקומען די ידיעה אז מיין מחותן ר' אברהם יונה שווארץ האט דעם וויירוס, און אז זיין זון ר' חיים מעכיל וועלכער ארבייט אין דעם חתנים כולל וועלכע איך בין אין די הנהלה איז אויך אין בעט מיט היץ, איך האב שנעל אנגערופן די איבעריגע חברי הנהלה פרעגן צו מ'ברויך אפשפארן דעם כולל (מ'האט נאך נישט געוואוסט דעמאלס אז מ'שפארט די בתי מדרשים און מוסדות, דאס איז געווען אינמיטן טאג)
איך האב שנעל גערופן מיין שותף אין די כולל ר' יוחנן מאנן, און הרב וואלף אהרן טעללער, און מ'האט באשלאסן אז מ'וועט טון וואס אימער די גרעסערע מוסדות וועלן טון, און טאקע מ'האט דעם נאכט פארשפארט אלע בתי מדרשים און מוסדות, און מיט דעם אויך די כולל חתנים ליידער.
ביינאכט האב איך נאך געהאט א מיטינג אין אפיס, מיט א פאראויס באשטימטע שלום בית ענין, און איך האב דערפאר שנעל געשיקט מיין שוואגער ר' אשר לעמל איבערנעמען דעם ארון קודש'ל ווי פריער דערמאנט, און ער האט עס אהיים געברענגט צו מיר אהיים.
(שפעטער אפאר טאג בין איך געוואויר געווארן אז דער אינגערמאן מיט וועם איך בין געזעסן האט די קאראנע, און דא בין איך געזעסן און געשמועסט מיט אים אנדערהאלבן שעה...)
כ"ג אדר תש"פ
עס איז דאנערשטאג היינט און מ'גרייט זיך צום ערשטן שחרית, יעדער פרובירט צוצוליייגן א האנט, און מ'כאפט זיך די פלעצער וואו מ'וועט זיצן ווער ווייסט ווי לאנג. מ'שמועסט אויס אפאר דעטאלן איבער דעם צוקונפט, און צו די זעלבע צייט פאנגט מען אן צו קייען און הערן איבער די שמועות מחרידות פון היימישע אידן וואס זענען אפעקטירט נעבעך מיטן וויירוס,
איינער זאגט אז מ'דארף זיך היטן אזוי א צווייטער האט אנדערע עצות, אבער יעדער האט עפעס. עס קומט אריין א שמועה לא טובה אז א איד איז נעבעך נפטר געווארן וועגן דעם וויירוס, עס לויפט א סקרוך אין די ביינער, מיינסט עס אמת'דיג? דער וויירוס מיינט נעבעך אונז אויך?
מ'שטעלט זיך דאווענען מיט כונה, און מ'דערקענט עפעס א סארט פארלוירענע ערנסטקייט אפילו אויף די קליינע בחור'לעך.
מיין זון הב' צ' נ"י שטעלט אהער א בימה פארן ספר תורה (שוין געטון א נאכט בעפאר) צוזאמגעשטעלט פון אפאר שעלווס וואס מ'נוצט נישט ביי אונז אין שטוב, א שיינער ארבייט פאר א בחור א ת"ח.
מ'דאוונט מ'לייענט, און מ'גיבט א תיקון מיט א לחיים, און דער עולם וואונטשט זיך הארציג אז מ'זאל שוין נאר הערן גוטע בשורות.
נאכמיטאג: קומט אריין די שרעקליכע בשורה אז די באבע יטל חי' יאקאבאוויטש ע"ה איז נפטר געווארן פלוצלינג, זייענדיג אין שפיטאל, און א שעה פארדעם האט נאך אויסגעזעהן ווי זי ווערט בעסער און זי גייט אהיים אדער אין א ריהעב, אבער נאכדעם וואס מ'האט ארויסגעטריבן די משפחה פון שטוב, אויף די נייע שרעקליכע רעגולאציע אז מ'לאזט נישט קיין משפחה מיטגלידעער אין שטוב מיטן חולה, איז זי אין איין שעה נישט דא געווען מער. ווער ווייסט?.??
מ'רעדט פון די לוי' וואו עס וועט זיין. ביהמ"ד הכתר והכבוד ווירבלט, עס הענגט שוין א צעטל לעי"נ, און איינוועגס לייגט מען שוין אויך א לעי"נ אסתר מלכה בת זאב די באבע שווארטץ וואס מ'איז נאך אין יאר פון איר פטירה, און דער עולם שפעקולירט צו מ'וועט לייגן די באבע נעבן איר מאן אין ניו דזשורסי, אדער וועט מען איר לייגן אין קרית יואל.
איך פערזענליך האב אנגעהויבן צו שפירן אביסל שוואך, און איך האב שוין שפעקולירט צו איך זאל אפי' גיין צו די לוי', אבער איך האב געוואוסט אז עס קען קומען פון פאניק פון הערן אזויפיל שרעקוועדיגע מודעות אין אין טאג.
ווען מ'האט געזאגט אז די לוי' איז ביינאכט דא אין קרית יואל, האט מען געדאוונט מעריב, און מ'איז געפארן צו די לוי', איך האב מיך גוט אנגעפעלצט, און געפארן.
דארט אויפן ביה"ח האב איך אנגעטראפן א באטראפעצטן ציבור, צעשאסן און דערשראקן, דער איינציגער וואס האט זיך ארום געדרייט מאכן לצות איז געווען פעטער בערל, ער האט פרובירט צו אויפהייטערן דעם פעטער ר' הירצקא ווייסמאן, איך בין נישט זיכער אז ער האט מצליח געווען.
איך האב דארט געטראפן ר' משה וואלף בן ד"ל יאקאבאוויטש מיט א מאסקע, האב איך אים געפרעגט אויב ער קען מיר אויך געבן איינס, און ער האט מיר געגעבן, מורמלדיג אינטער די נאז "דאס איז די נייע נארמאל, דאס גייט שוין נישט אוועק אזוי שנעל דאס דרייען זיך מיט מאסקעס".
איך האב געטראכט אז אפשר טרייבט ער איבער, אבער איך האב באמת שוין נישט געוואוסט וואס צו טראכטן נאך אזא טאג. (און הערשט האב מיר נישט געוואוסט אאז דאס איז דער אנהייב פון א שרעקליכע עפאכע).
די לוי' איז דורך גאנץ שנעל, מ'האט מספיד געווען, מקבר געווען, און מנחם געווען. און זיך געיאגט אהיים צו גיין אפרוען, איך האב זיך געשפירט היבש אפגעשוואכט, און מורא געהאט צו טראכטן אז אפשר בין איך אפעקטירט פון דעם וויירוס, איך האב נישט געגלייבט אז איך בין שוין געווען אויסגעשטעלט דערצו.
הגם טיעף אין געוויסן האב איך מורא געהאט וויבאלד ווי פריער דערמאנט האט ר' חיים מעכיל שווארטץ די סימנים פון דעם קאראנע און איך האב א טאג בעפאר אדער אפשר צוויי טאג בעפאר געהאלטן א דרשה פאר די חתנים דארטן אין כולל, זייענדיג שטארק אויסגעשטעלט איבערצוכאפן דעם וויירוס.
איך האב זיך געשפירט זייער אפגעשוואכט און פיבערדיג, מיט דורכלויפנדע קעלט סקרוכן אין די ביינער, איך בין אהיים און געמאסטן מיין פיבער, עס איז געווען 99 און אביסל מער, נישט געפערליך שוין געהערט אזוינס, און זיך געלייגט שלאפן.
כ"ד אדר תש"פ
מ'דאוונט, דער מנין ווערט אן ערנסטער אינטעגראלער חלק פון די הויז, מ'שמועסט אויס וויאזוי די שבת'דיגע מנינים זאלן זיין מסודר, ווען מ'זאל דאווענען און דאס גלייכן, ווי אויך אז עס ברויך זיין א קידוש נאכן דאווענען.
עס איז שבת החודש, דאס איז א ליידער א ווייטאגליכער און אינטערסאנטער מציאות צוגלייך, אז מ'גייט פראווענען אזא שבת וואס געוויינליך גייט מען צום רבי'ן צום דאווענען, דא אינדערהיים. אבער דאך האמיר זיך געפריידט אז א ספר תורה האבן מיר, און מנין אויך ב"ה הודו לד' כי טוב.
אינמיטן טאג האט מיר דער שכן שטערן גערופן פרעגן צו איך וואלט געקענט באשטיין אים צו געבן די ספר תורה נאכן נוצן, אבער איך האב געפרעגט א שאלה און מ'האט מיר געפסק'ט עס נישט צו טון, מ 'טאר נישט ארום שלעפן אזוי א ספר תורה.
איך האב אים געזאגט אז איך קען נישט און געאפפערט אז מ'קען עפעס אויסארבייטן אז מ'זאל קענען ארויסהערן דאס לייענען. (איך האב אויך נישט געוואלט ארייננעמען אין שטוב נאך 10 אידן, נאך די אלע אזהרות והתראות אז מ'זאל זיך איזאלירן)
מ'האט געבעטן די מתפללים נישט מיטצוברענגען קיין קינדער, פארשטייט זיך אז אין דעם איז נישט אריינגערעכנט מיין שוואגער ר' אשר לעמל'ס ליפא'לע וועלכער איז נישט אין כלל פון פרעמדע קינדער דא...
מ'האט זיך אביסל געראנגלט איבער די זמנים, צו מ'זאל פרייטאג צו נאכטס דאווענען פרי אדער שפעט, אינטערסאנט איז געווען אז די וואס האבן געוואלט דאווענען ביינאכט פרי, האבן דוקא געוואלט צופרי שפעט. אבער מ'איז זיך אויסגעקומען ב"ה.
מ'האט מסדר געווען די טישן אויף אזא אויפן אז מ'קען נאכן דאווענען צוריק צוזאם שטעלן דעם גרויסן טיש מיט אסאך קליינע טישטוכער, מ'האט צענומען דעם גרויסן טיש ס'זאל אויס זעהן ווי א ביהמ"ד, און געלייגט טישטוכער אויף יעדן קליינעם טיש, און אזוי ווען מ'האט געענדיגט דאווענען האט מען צוזאם געריקט אלע טישן, און געדעקט א פלעסטיק אויפן גאנצן טיש, און טיש געדעקט. עס איז געווען זייער איינגענעם די תפילות און די סעודות, אבער איך האב שוין געשפירט א שטערקערע שוואכקייט, און א קעלט אין די ביינער.
כ"ה אדר תש"פ
שבת החודש,
פארן עמוד האט געדאוונט פרייטאג צונאכטס, ........
שבת צופרי .........
ביי מנחה .........
ר' נפתלי הירצקא מיין זון איז די גבאי, ער טיילט די עליות, ער פלאגט זיך נאך וויאזוי אויסצורופן מיין נאמען אדער מיינע קינדער, אבער מ'איז געקומען עפעס צו א עמק השוה, די פעטער'ס האבן אים געגעבן עפעס א אלשון פון אבי מורי וכו'.
איך האב זוכה געווען מיין ערשטן מאל אין לעבן (אפשר גאר די לעצטע אויך, ווער ווייסט? אויסער טאמער איך עפן טאקע א ביהמ"ד ווי איך סטראשע שוין די לעצטע פאר וואכן אז עס שמעקט מיר אן דער גאנצער עסק דא...) צו בענטשן חודש מיט די ספר תורה אין די האנט, עס האט זיך געשפירט געהויבן, אבער אמת'דיג גערעדט האט מיר עס נישט געצויגן אדער איך האב נישט געשפירט עפעס וואס מ'רופט כבוד אדער אזא סארט הנאה, קען זיין אז ס'נעמט צייט צ ו קומען צום טעם, אבער פאר דערווייל איז מיר פשוט געווען א הנאה די מציאות אז איך האב זוכה געווען צו אזא סארט חודש בענטשן וואס איך שטעל מיך פאר אז אויב אלע ערליכע אידן טוען עס און ס'איז מיט א ספר תורה אין די האנט איז עס א זכי'. (א מין עם הארצות אזוי צו רעדן! אבער דאס איז די מציאות. גיי ווייס)
שלש סעודות האט מען געפראוועט, שיין געזעצט די טישן ווי א פיר קאנטיגע באקס, איך האב געזאגט ד' מלך, און געזאגט תורה, ווייטער נישט געשפירט דעם טעם וואס מ'זאגט אז עווענטועל קומט עס נאך, אבער זייער א גוטער געפיהל צו זוכה זיין דערצו איז יא געווען.
די וואך איז געקומען און ס'האט זיך אנגעהויבן מיט מסדר זיין דעם ביהמ"ד פאר זונטאג, הערשל און טובי' לייגן אריין א עבודה קשה שבמקדש, רוקן די בענקלעך די טישן, און די ספר תורה און די בימה וכו', א פיינער ארבייט.
אין קאפ פאנגט אן צו קורטשענען די בעפארשטייענדע פראבלעמען.
וואס טוט מען מיט די קינדער אינדערהיים? יעדער זאגט אנדערע דיעות
וואס טוט זיך מיט פסח'דיג מאכן אין שטוב אין אזא מצב? יעדער ברענגט נייעס, פון דעם דיין און יענעם דיין, וואס מ'קען אלס טון, און ווי מ'זאל מקיל אדער מחמיר זיין.
וואס טוט מען מיט די פרנסה?
וואס וועט זיין מיט ערב פסח מצות?
מיט מים שלנו?
מכירת חמץ?
הא? און איר פארגעסט אז אין קרית יואל איז דא די עקסטערע פרעשור פון די חלות פארברענען, ר' הלל ווייס סטראשעט אז ביי פרייטאג ויקרא מוז מען ברענגען די חלה, און דא איז די ביהמ"ד און מקוה פארשפארט, און אלס קרית יואלער איינוואינער ווייס איך נישט קיין אנדערע עצה זיך צו געבן מיט די חלה.
ב"ה ער איז געווען גענוג רחמן צו זיין אפן פרייטאג און אראפנמען די דרוק פון די קרית יואל'ער איינוואוינער...
די קינדער פרייען זיך אביסל צום געשאפענעם מצב, אבער זענען אויך דערשראקן צו דער וויירוס איז טאקע א מגיפה, אדער נאר א גוטער תירוץ ווי א שניי נישט צו גיין אין חדר.
מ'ווייסט נאך נישט פונקטליך צו עס איז טאקע אזוי ערנסט די מצב, מ'פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן רואיג.
היסטאריע, עס איז היסטאריש, מ'האט נאך אזוינס נישט געזעהן, די גאנצע וועלט אפגעשפארט, תלמוד תורה'ס בתי מדרשים.
עס פאנגען אן אריינצוקומען באריכטן איבער חתונות וואס ווערן געמאכט אינמיטן טאג, א חתונה פון עטרת אברהם ווערט ארויסגעשטופט אויף די גאס, א חתונה אין קרן ויוא"מ ווערט ארויסגעפירט אויפן גאס. מענטשן מאכן חתונה אין הייזער, מ'הערט זאכן וואס מ'האט נישט געחלומ'ט אין א מיליאן יאר אז עס קען פאסירן.
אונז גיב מיר אפ א עקסטערע שבח והודאה פארן אויבערשטן אז די חתונה פון אונזער טאכטער חנה שתחי' האמיר געמאכט אנהייב חודש אדר טראץ וואס געוויסע האבן געראטן צו ווארטן אויף ניסן אויף א שענערן זאל וכדו'. אונז האב מיר עס געטון זיך רעכענענדיג מיט אנדערע (נישט מאריך צו זיין) און יעצט האב מיר געזעהן וואס פארא חסד ד' עס איז געווען אז מיר האבן ב"ה אזוי געטון.