יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
גראמען

דערציילט מיר ר' קיקיון…

זאלץוואסער · 2012

דערציילט מיר ר' קיקיון א שרעקליכע פאסירונג
ער זאגט ס'איז פון אייגענע ערפארונג
איך ווייס נישט פארוואס ער וויל נישט אליינס פארציילן
ער בעט איך זאל עס אייך מיטטיילן
ר' קיקיון איז לעצטנס פארנומען מיט א שווערן ענין
ער קען אסאך שפעטיגן זיין יעדן טאגיגן מנין
ער האלט דעריבער זיינע טלית און תפילין אין פלאסטישע זעק
אזוי אז ווען ער נעמט עס פון ביהמ"ד אוועק

זאל קיינער נישט מערקן אז דאס איז גאר זיין טלית און תפילין
מ'זאל מיינען אז דארט ליגט א הויפן קעש א פילן
איין טאג ווען קיקיון איז געקומען זיינע הייליגע חפיצים נעמען פון שול
האט ער צו זיין אנטוישונג אן קיין גבול
געפונען א צווייטנס זעקל אן קיין נאמען דערויף, און אודאי שטייט נישט דערויף "קיקיון"
איז אים שנעל געקומען א זריזות'דיגער רעיון
ער האט אנגעהויבן ווארפן געלט פאר די מודעות און די לוחות
ער האט אדווערטייזט און געבעטן און זיך אומגעקוקט צו די ד' רוחות
אפשר דאך וועט איימיצער אים אפברענגען דאס טייערסטע וואס ער פארמאגט
נאך דערצו ווען אין יענעם'ס זעקל זעהט ער אז יענער דערין עפעס צדה לדרך אויך טראגט
אפשר וועט יענער עס אזוי וויכטיג דארפן האבן
אז ער וועט אים רופן און איינשטענדיג זיינע טו"ת צוריק געבן.
הערט א מעשה עס ווערט נאר ערגער
ביינאכט נישט מער און נישט ווייניגער
רופט אים אן א איד א משולח פון די ווייטע מקומות
און ער ענטשולדיגט זיך און האפט אז ער האט נישט קיין תרעומות
אבער פאר ער גיט אים זיין תפילין צוריק וויל ער אים מודיע זיין אביסל מער
אז ער איז געקומען קיין אמעריקע ווייל ס'גייט אים אזוי שווער
און ער בעט ר' קיקיון אז ווען דעם תפילין טוט ער אים אפברענגען היינט
זאל ער אים אויך א שיינעם מתנת יד אריין רוקן אין די האנט....
וואס איך וואלט געטון ווייס איך נישט קלאר
אבער איך בין זיכער אז קיקיון האט דעם איד געהאלפן מיט וויפיל עס איז מעגליך נאר
אבער דאס איז א ריכטיגער נסיון
איך האף איר זענט דאס בייגעשטאנען ר' קיקיון...
(אמת'ע מעשה לויט ווי קיקיון פארציילט מיר אין אישית)