ווער? מעיאר קאטש? ווער איז ער? אה! אויב איר פרעגט דאס זענט איר נאך נישט געווען אין חדר אדער אויף דעם עולם ווען קינד און קייט יונג און אלט אלע סארטן אלע ראסן אלע חסידות'ן און אלע מתנגדות'ן זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן קעגן דעם דעמאלס פארהאסטן מעיאר קאטש, וועלכער האט געוואגט צו וועלן טראכטן פון מאכן א אינסינירעיטאר אין וויליאמסבורג געגנט.
שוין דורך איבער 20 יאר אדער מער (איך טוה נישט אין טיים ליין'ס) און מ'האט געווינען דעם קאמף פון די אינסינירעיטאר, יעדער האט גענומען קרעדיט פאר זיך, עס זענען געווען צעטליך פלאקאטן, מייק קאר'ס (ווער געדענקט? עס ווערט אויסגערופן דורך הצלחה קאר און ווען סוירוויס 50 בני תורה וכו') אא"וו. דער קאמפיין איז געווען אזוי העפטיג אזש מ'האט געזאגט אז אין דעם אינסינירעיטאר ווענדט זיך דער צוקונפט פון אונזערע דורות, און אז אויב וועט דאס זיין וועלן אונזערע דורות ל"ע אויסזעהן ווי די היראשימא געליטענע דורות ח"ו.
נו! ווי קומט עס יעצט אריין? מיר שטייען יעצט אין די טעג אינטער א שווערן אטאקע פון דעם אלעמען באפיינטעטן מעיאר ה' ישפיל הודו מייקל בלומבערג, וועלכער האט זיך זעלבסט געקרוינט פאר מלך פון ניו יארק און האט אנגעהויבן צו רייטן אויף זיין פערדל פאר דריי אומגעבעטענע טערמינען, און האט שוין באוויזן צו רודפ'ן יעדע סעקטע פון זיינע אינטערטאנען, מיט אנדערע שיקאנען, און משוגעת פון העכסטן קאלובער.
ביז די צייט איז געקומען זיך צו נעמען צו זיינע באליבטע ברודערלעך די אידעלעך וועם ער שפירט אז ער איז זיי אויך שולדיג א באזוך. און פלוצלינג האט דער אלל לייקעבל האנערעבל מעיאר אנגעהויבן זיך אננעמען פאר די קריוודע פון געמל'טע קינדער, און די מצב ווערט נאר ערגער און ערגער, און זעהט נישט אויס ווי עס האלט ביים אראפגיין פון טיש.
מיין פראגע צו אלע רבנים עסקנים, פאליטיקאנטן, און כלל פירער! (קיינעם נישט פרעזענליך, עס איז א כלליות'דיגע קשיא)
ווען איז דער פראטעסט?
ווי כאפט מען דעם באס?
אויף וואס ווארט איר?
איז די גזירה פון מציצה בפה נישט אזוי וויכטיג ווי די אינסינירעטאר?