אויפן מארק פלאץ טוט זיך א געפילדער ווי געוויינליך, עס רודערט עס קאכט, איינער קויפט א צווייטער פארקויפט, עס איז נישטא קיין צייט זיך אפי' אומצוקוקן אויף די טאג טעגליכע געברויכן, אין די היץ און אמאל אויך אין די קעלט, דרייען זיך די סוחרים און די קונים, און זייער גאנצער וועזן איז אין די פאר רובל וואס מ'גייט לייזן איבערן טאג.
ביי איין ווענדפונקט אין מארק שטייען א גרויס געזעמל און קוקן זיך צו א ליציטאציע צו פארקויפן רייז פאר גאר ביליג. דער מוכר שטייט מיט פוהלע זעק רייז, און ער פארקויפט איין זעקל נאך א זעקל, און רופט אויס די פרייזן, אנגעהויבן פון א גאר דראסטיש רעדוצירטן פרייז וועלכעס ווערט צעביסלעך ארויפגערוקט פון די פאראינטערסירטע קונים.
אלס אן אבזערווירער שטעלט זיך ארויס א גאר קאמיש בילד וויאזוי דאס פארקויף גייט צו, עס פאנגט זיך אן ווען דער מוכר שרייט 5 דאללער א זאק, און ווארט אז מ'זאל זיך אנרופן גרעסערע סכומים, מ'זעהט ווי די באקאנטע רייז סוחרים רייסן זיך מיט די פרייזן אויף קליין געלט, ביז דער פרייז גייט ארויף און עס געלונגט פאר איינעם צו באקומען פאר ביליג א זעקל, אדער אויב די פרייז גייט ארויף צופיהל, זעהט מען פלוצים ווי דער קליענטעל טוישט זיך, און די פשוט'ע אידענעס מיט סתם אזוי פריוואטע מענטשן ציען ווייטער די פרייזן ביז עס ווערט פארקויפט.
א ביישויער האט נישט פארשטאנען וויאזוי עס קען זיין אז די גרויסע סוחרים גיבן אויף אזוי שנעל, און די קליינע מענטשעלעך וואס האבן גארנישט אזויפיל געלט גייען ווייטער אן מיט ציען די פרייזן.
דער אמת איז אבער אז ס'איז א דבר פשוט אז די סוחרים קויפן טאקע די רייז צום עסן, אבער זייער ענדע ציהל איז צו פארדינען דערביי געלט אויך, וואס דאס איז דעריבער א זאך וואס האט א פרייז ביז ווען עס האט א ווערדע, און מ'דארף קענען רעכענען וויפיל עס לוינט צו צאלן. ווידעראום די פשוט'ע בעלי בתים און אידענעס וואס דארפן דאס רייז אהיים צו טראגן, פאר זיי איז נאך אלס ביליגער א זעקל רייז צו קויפן און נישט דארפן קויפן ביי די געוויינליכע מוכרים. עס לוינט נאך אלס.
דאס רייז בלייבט רייז, אבער דער פרייז טוישט זיך לויטן ציהל.
כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך ולא תשים דמים בביתך כי יפל הנופל ממנו.
עס איז שווער דער לשון כי תבנה בית חדש, דאס איז נישט דער סדר, עס וואלט סתם געדארפט שטיין תעשה מעקה לגגך, וואס א חילוק צו מ'בויט יעצט א ניי הויז אדער איז א אלט הויז וואס האט נישט קיין מעקב?
דער הייליגער באר מים חיים טייטשט אויפן פסוק, כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך, אז דער ענין האט שטארק צו טון מיטן צייט ווען דער איד טרעט צו צו בויען א ניי הויז, עס איז דעמאלס ווען עס איז נוגע דער פסוק. ווען א איד בויט א הויז דארף די סיבה צום בויען די הויז זיין צו טון מצוות וואס קומען מיט דעם נייעם הויז, ווי לייגן א מזוזה, מאכן א מעקה, און אנדערע מצוות וואס דער איד ווערט באאויפטראגט מיטן בויען די הויז, וואס אויב איז אזוי דער ציהל פון זיין בויען דעם הויז גיבט אים די הייליגע תורה א הבטחה אז ולא תשים דמים בביתך, עס וועט קיינמאל קיין צער נישט זיין אין א אידיש שטוב וואס איז געבויט צו טון דעם רצון ד'.
דער בורא עולם האט פאר דעם איד געגעבן די זכי' אז אויף יעדן טריט אין לעבן סיי ווען ער איז עוסק אין רוחניות, און אפי' אין די טאג טעגליכע גשמיות, קען ער מיט א טראפעלע מחשבה, און אביסעלע הכנה מאכן דערפון מצוות ומעשים טובים, און אלעס זאל זיך רעכענען לטובתו אויפן רעכטן זייט פון וואגשאל, און באקומען שכר פאר אלע זיינע מעשים.
רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצות. מיט דעם איז דער איד אנדערש ווי דער גוי, דער איד קען עסן, טרונקען, שלאפן, און בויען הייזער, און אין דער זעלבער צייט קריגן שכר פאר די אלע זאכן, צוליב די מחשבה פון טוהן די אלע זאכן צו קענען טון דעם רצון ד'.
מען קען בויען א הויז ווי דער גוי, וועלכער בויט עס פארן איינעם ציהל פון האבן א דאך איבערן קאפ, און ער קריגט נישט קיין גרויסן שכר פארן זיך באמיען צו האבן א הויז אין וועלכן צו וואוינען, און דערנאך קען מען בויען א הויז להבדיל ווי אן ערליכער איד וואס די בכוונה האט ער צו קענען טוהן די מצוות און מעשים טובים וועלכע קומען מיט מיט דעם בנין הבית. אט דאס לערנט אונז דער פסוק, כי תבנה בית חדש דעמאלס דארפסטו עס בויען פארן סיבה פון ועשית מעקה און דאן וועט נישט זיין דמים בביתך.
ווי אויבנדערמאנט, די פרייז פון די רייז איז נישט די זעלבע ווען מ'קויפט עס סתם צום עסן, אדער ווען מ'קויפט עס צו מאכן געשעפטן, עס איז גאר אן אנדערער פרייז.
זאלן מיר זוכה זיין צו טוהן מצוות ומעשים טובים און האבן די ריכטיגע כוונות און הכנות צו יעדן טריט אין לעבן בשלימות.