איוואן איז געווען דער שבת גוי אין שטעטל, ער פלעגט מיט זיין ברודער יאהאן זיך דרייען ביי די אידעלעך, און כסדר אריינגעכאפט א גראשן פון די קליינע געשעפטעלעך וואס פלעגט אלס אונטער קומען, שבת פלעגט ער דעם טשולענט צורעכט מאכן און אינדערוואכן האט מען אים גענוצט אויף געוויסע אנדערע געברויכן ווען עס איז אונטער געקומען אז ער האט געמאכט א ניש'קשה'דיגן לעבן.
דאס מערסטע פלעגט ער ליב האבן ווען דער ראש הקהל ר' חיים פלעג אים לאדענען אפצורייניגן ביי אים אין געשעפט נאך א פארנומענעם טאג, ווייל ר' חיים פלעגט זאגן פאר איוואן אז אלס שכר טירחא קען ער זיך נעמען אלעס וואס ליגט אויף דער ערד, און אלע איבערבלייבענישן פון דעם פארנומענעם טאג קען ער אהיים טראגן.
וויסנדיג אז ר' חיים איז א גרויסער בעל מסחר איז אלס געווען וואס צו נאשן אמאל איז עס געווען מער און אמאל ווייניגער, אבער קיינמאל נישט קיין פארלוסט פון זיין צייט.
ויהי היום און פאר יאהאן'ען האט זיך פארגלוסט צו גיין אין ביזנעס פאר זיך אליינס, ער האט געזעהן ווי דעם איוואן גייט גוט ביי ר' חיים'ן האט ער זיך אויך אפיר געזוכט אפאר קונים ביי די אידן, און פארגעלייגט בחנם צו רייניגן דאס געשעפט אויפן תנאי צו קענען נעמען פון די איבערבלייבענישן.
אבער צו יאהאן'ס שלימזל האט ער אנגעטראפן דעם פרוכט געוועלבל וואס פון אביסל פרוכט און גרינצייג איז טאקע געווען גרויזאם שווער דאס אוועק רוימען, אבער קיין סאך מער ווי שאלאכץ און פארדארבענע פרוכט איז אים נישט געבליבן. עס איז געווען זייער קלאר אז אויב אזא געשעפט זאל ארבייטן מוז עס זיין פון א בעה"ב א בעל יכולת וואו מ'איז גאראנטירט אז עפעס בלייבט פארן ריוח.
כי תצא למלחמה על אויביך ונתנו ד' אלקיך בידך.
זער הייליגער ייטב לב איז מסביר אז דער לשון "ונתנו" איז לכאורה נישט פאסיג פאר אזא פאל, נאר ענדערש וואלט זיך געפאסט דער לשון "וימסרנו" בידך, וואס דער לשון ונתנו איז מער משמע אזוי ווי א מתנה וואס מ'האט באקומען, נישט עפעס אויף וואס מ'האט געארבייט און עס איז געלונגען צו באקומען.
דער ייטב לב ברענגט אראפ דעם באקאנטן מאמר פון הייליגן ישמח משה אויף וואס חז"ל זאגן אין מס' מגילה יגעתי ומצאתי תאמין, פרעגט דער ישמח משה, אז דער לשון פון יגיעה און מציאה איז א סתירה מני' ובי', עס איז דאך נאר א מציאה אויב מ'האט זיך נישט געפלאגט דערויף, א מציאה איז לכאורה עפעס וואס מ'האט פלוצים געטראפן אדער באקומען אומגעראכטן.
נאר ער ענטפערט אז הקב"ה גיבט פאר דעם מענטש וואס פלאגט זיך אז ער זאל באקומען און פארשטיין וואס ער לערנט ווייל ער האט זיך געפלאגט, אבער ס'האט באמת נישט מיט זיין יגיעה, נאר ס'קומט די מציאה ממקום אחר, עס קומט אים אינטער אלס א מתנה פון הימל.
דאס זעלבע איז דא דער פסוק גייט ארויף אויפן יצר הרע, ווען דער מענטש גייט ארויס אין קריג מיטן יצה"ר, און דער מענטש קען ווערן דערשראקן אז ס'זעהט אויס ווי ער קען זיך נישט שטארקן אויף דעם מלאך רע, זאגט אונז די הייליגע תורה א בשורה טובה אז דער מענטש זאל וויסן פאר זיכער אז דער אויבערשטער וועט אים געבן א מתנה און ער וועט צום סוף מנצח זיין דעם יצה"ר. ער דארף נאר ווייטער גיין מיטן קריג, און האבן אמונה אז די מתנה פון הימל וועט אים קומען.
און א נקודה למחשבה, ווען א איד ארבייט ווייל ער רעדט זיך איין אז זיין ארבייט איז גורם די רעזולטאטן, ער מיינט אז מיט דעם וואס ער לייגט אריין יגיעה דאס ברענגט אים דעם זיג, דאן איז טאקע נישט שייך דאס ווארט מציאה, ווי דער הייליגער ישמח משה שרייבט, ווייל דער איד האט געארבייט מיט זיינע אייגענע מינימאלע כוחות, און נאר דאס וואס ער קען זיך אליינס שאפן וואלט ער געקריגן, אבער ווען ער ווייסט אז ער דארף טוהן, און אז דאס איבעריגע איז א מתנה פון הימל, דאן קען ריכטיג געזאגט ווערן אויף אים יגעתי מצאתי, דאן איז שייך דאס ווארט מציאה, און א מתנה פון הימל איז דאך אזוי שיין, און קען גאר שענער'ס נישט זיין ווען דער מלך מלכי המלכים אליינס גיבט אים פון זיין אוצר הטוב.
דאס לערנט אונז די פרשה כי תצא למלחמה על אויביך דו וועסט גיין אין קריג אבער נאר אויף אן אופן צו טון דעם רצון ד' אן קיין זייטיגע חשבונות וויאזוי דו וועסט אליינס ברענגען דעם זיג, דאן וועט זיין ונתנו, דער אייבערשטער וועט דיר געבן דעם זיג במתנה.