מיר לעבן אין א וועלט וואס ליבעראליזם האט געפירט צו אמצב פון סדום ועמורה, די וועלט זינקט ווי מיט א ראקעט סובמארין צום תהום פון הפקרות און אלס פשוט'ע אידן פון דעם סארט וואס נאר דער דור של משיח פארמאגט איז דאך מורא'דיג שווער צו קענען אמאל מבחין זיין בין טוב לרע ווען ס'קומט אריין דער שטן פון גוט הארציגקייט און ליבליכקייט וועלכער פארלאנגט פון דעם אינערליכן באוואוסטזיין אז מ'דארף זיין בשלום מיט יעדן, און די מדה פון דן לכף זכות נוצט מען פון א' ביז ת' אן קיין שום הגדרות.
דער אמעריקאנער גייסט איז היינט "לעב און לאז לעבן" סזאל דיך נישט אנגיין וואס א צווייטער טוט, און אודאי זאלסטו נישט שטערן ווען א צווייטער באגייט א עולה, אזוי לאנג ווי ס'רירט נישט דיין אייגן קרוין וואס דאן ביזטו בארעכטיגט צו אלעמען, דו קענסט יענעם אין דער ערד לייגן לעבעדיגערהייט, ווייל אז עס בארירט דיר דעם קרוינדל איז שוין בארעכטיגט נקמה.
האט פאסירט אמאל אז א רב בישראל האט מוחה געווען ביי זיך אין די קהלה איבער א געוויסע פירצה, און שטארק אראפגעריסן די פורצים, פלעגן זיך אלס מאכן די קצה המחנה וועלכע האבן זיך נעבעך אנגענומען אויף די באקריוודעטע, און פארשטאנען די ווירדע פון דעם מהות פונעם מענטש און זיך אנגענומען אויפן צלם אלקים און פארפירט קעגן דעם רב פארן זיך נישט רעכענען מיטן ואהבת לרעך כמוך און אזוי ווייטער.
ווידעראום ווען דער זעלבער באקריוודעטער האט בטעות א קרום ווארט געזאגט קעגן אט די קצה מחנה'דיגע פארשטייט זיך אז ער האט באקומען מנה אחת אפים, מ'האט אים נישט געשוינט קיין מינוט. ער האט דאך בארירט זיין גזירה שוה מענטש, און דאן פארלירט ער דאך זיין גאנצע שוויות.
ביי אידישע קינדער האט מען אלס געוואוסט אז טראץ וואס מיר זענען בני איש אחד אנחנו, און מיר זענען אלע בני אברהם יצחק ויעקב, האט מען אבער נישט אפגעשוינט דעם כבוד התורה אדער דעם כבוד הרב צוליב דעם נישטיגן כבוד הגוף, מ'האט געוואוסט מבחין צו זיין צווישן א געוויינליכן העברת על מדות, און א אומגעוויינליכן פליכט פון מחאה און כבוד התורה.
לעבנדיג אין דעם טריפה'נעם מלכות של חסד וואו מיטן חסד פון באשעפער כדי צו לאזן די אידישע קינדערלעך דינען דעם אייבערשטן כאוות נפשם האט ער אזוי געפירט אז דער גוי זאל לעבן אויף זיין אויסגעלאסענעם און הפקרות'דיגן מהלך און לאזן דעם איד אויך לעבן ווייל דאס בארעכטיגט זיין לעבנסשטייגער, קומט אבער אמאל אויס ווען מ'פארדרייט די יוצרות און מ'כאפט זיך גארנישט אז דאס איז דער גוי, דאס איז דער נכרי וואס פרובירט זיך אריינצובאקומען אין די אידישע טויערן.
אמאל ווען א קינד איז געגאנגען אין שולע אין די גויאישע גאס איז געווען די וואס האבן באקומען א אויסצייכענונג און ארויס מיט א דיפלאמע, און ס'איז געווען די וואס האבן פארברענגט די צייט און סוף זמן נישט באקומען דעם דיפלאמע על אפם וחמתם פון די עלטערן.
היינט ווען דאס קינד קען נישט קיין צורת אות און האט א גאנצן זמן אפגעשחט'ן די צייט מיט אומזיניגע נארישקייטן אבער ווען ס'קומט צום סוף זמן איז דא א באוועגונג אז מ'דאףר דאס קינד געבן א דיפלאמע סיי ווי, ווייל אויב נישט וועט דאס קינד זיך שפירן געטראפן, געוואלד, און מ'וועט ווייטון א אומשולדיג קינד נעבעך.
וואס דאס ברענגט איז דאך קלאר, אז עס ווערט א נעפל צווישן גוט און שלעכט, און ווען מ'דארף יא מאכן דעצידירנדע און וויכטיגע באשלוסן קען מען באמת נישט וויסן מיט וועם צו גיין צום טיש, ווייל שלעכט מיינט נישט שלעכט, נאר שלעכט אפגעטייטשט, און גוט מיינט נישט גוט נאר געפארבט לתועלת פון דאס ווייטאג פון קינד. און אזוי פארט דער גוי אראפ מיטן באן קיין תהום אן קיין אפשטעל, און דאס ווערט נאכדעם אנגעזעהן אפי' ביי די גרעסטע שטעלעס פון די אריינגעוועלטע מובחרים שבעם וואס דארפן פירן דאס פאלק על מי מנוחות.
ווען אט דער שעדליכער עלעמענט פון "גלייכבארעכטיגונג" אדער בעסער "גלייכשאצונג" וואס פארלאנגט אז יעדער מוז אייניג זיין, כדי נישט צו ווייטיגן דאס מוח'ל פון קינד, כאפט זיך אריין ביי אונז דעם עם הנבחר, ברענגט דאס צומאל גאר שעדליכע און אפשר אומפארריכטבארע שאדנס.
מ'האט אלס געוואוסט צו שעצן דעם בן תורה און דעם תלמיד חכם צום העכסטן ניווא, און דאן האט מען אויך געוויזן שעצונג צו די וואס שעצן דעם תלמיד חכם, און די וואס שטיצן תורה, אבער די וואס האבן נישט זוכה געווען צו אליינס זיין בני תורה האבן געוואוסט אז זייער פליכט איז זיך מדבק צו זיין אין די וואס זענען יא זוכה, זיי האבן געוואוסט אז דאס איינציגסטע וועג ארויף איז זיך מיטצוכאפן מיט די אויבערשטע פון שטייסל און פרובירן זוכה צו זיין זיך צו קלאמערן צו זיי.
אויב אבער דער "גלייכשאצונג" ווערט ביים איד אלס א פליכט צוליב דעם נארישן גויאישן מהלך פון פריינדשאפט און "מיר אלע זיינען גלייך" מהלך, דאן וואס איז דער בן תורה מער? און פארוואס זאל דאס קינד פארשטיין צו רעספעקטירן א תלמיד חכם און וועלן אויסזעהן ווי אים? פארוואס זאל אים נישט ענדערש גלוסטן די קאלירפולע עוה"ז גאדזשעטן וואס דער שטן שטעלט אים פאר?
ויקח קרח וגו'.
צו וואלט א איד וואס איז געווען ביים מעמד הר סיני און געזעהן רוב גדלו פון משה עבד נאמן, מיטגעהאלטן דעם ויאמינו בד' ובמשה עבדו, וואלט נאך געקענט אפי' נאכטראכטן נאך די הייליגע מעשים פון דעם רועה נאמן? צו שטעלט זיך דאס דען אויפן שכל איין מינוט?
משה רבינו דער רעיא מהימנא, אין דעם דור דעה, זאל זיך דארפן ספראווענן מיט אזא מין לעצט דור'דיגן פראבלעם פון דארפן פארענטפערן פארוואס ער האט בוחר געווען זיין ברודער אהרן הכהן צו די כהונה, און פאר די נידעריגע דתן ואבירם ענטפערן כי לא מלבי איך האב דאס נישט געטון פאר מיין כבוד.
עס איז דאך ממש נישט צום פארשטיין וויאזוי עס האט צו דעם געקענט קומען.
נאר קרח איז געקומען מיטן גאנג וואס דער שטן האט אים אריינגעשפילט אין די האנט. "כי כל העדה כלם קדושים" אלע זיינען גלייכבארעכטיגט, אלע זענען מיר קינדער פון אברהם יצחק ויעקב. יעדער איז גלייך נישט דא קיין עליטע, ח"ו. דערמיט האט קרח אריינגעשפילט ליידער אין די הענט פון יצר הרע, און געעפנט א פתח'ל וואס איז געווען א גרויסער נסיון אפי' אין אזא דור דעה.
ער האט גערעדט דעם שפראך וואס האט אויסגנומען אפי' ביי די אנשי שם, דער ליבעראלער צוגאנג וואס ברענגט צו אזא אומרעספעקט און פאראכטוג צו עפעס העכערס, דאס האט ליידער געשלאגן ווארצלען און אויף דעם האט געמוזט קומען אזא מין אפענער נס צו ווייזן משמים אז לא זו הדרך כי עבדי משה נאמן בכל ביתי, און עס איז ביי אידישע קינדער יא דא דער דערהער פון כבוד התורה און העכערע שטאטוס פאר די וואס זענען נענטער מיט זייערע מעשים צו טון דעם רצון ד'.
זאל הקב"ה העלפן מיר זאלן האבן דעם שכל הישר און קענען מגדל זיין די קינדער מיט א ריכטיגן שכל און ארויפקוקן און שעצן די תורה ולומדי' און זיך נישט לאזן פארפירן פון די וואס ברענגען אריין דעם טריפה'נעם ליבעראליזם אין די אידישע הייים, עדי ביאת גוא"צ בב"א.