די וואכעדיגע פרשה הייבט זיך אן מיט די מעשה פון די מרגלים, און ענדיגט זיך מיט די פרשה פון ציצית. עס קען אפשר כדי זיין אויסצושמועסן אביסעלע וואס קומט אונז די הייליגע תורה לערנען מיט דעם צוזאם שטעל פון די פרשיות.
כלל ישראל איז ארויס פון גלות מצרים, אינעם גלות וואו זיי זענען געווען עבדים לעבדים פארן נידריגסטן אומה פון שמוציגסטן סארט, מ'האט זיי געשלאגן און געפייניגט און דערנידערט אויף אן אומדערהערטן פארנעם, זיי דרייען זיך ארום אין די מדבריות, ארום גענומען מיט די הייליגע וואלקענעס וואס באגלייטן זיי מיט די שכינה הקדושה בתוכם, מ'שפירט זיך דערהויבן און דער נפש הרוחני איז יונק פון די קדושת משה רבינו און מעמד הר סיני און אזוי ווייטער.
מ'קען דאך נישט בלייבן אייביג אין מדבר, און ווי הקב"ה האט מבטיח געווען פאר אברהם אבינו וועלן די אידן אריינגיין אין דעם ארץ זבת חלב ודבש, און דארט זיך קענען געהעריג אויפרעכטן אויפן לעבנסשטייגער וואס פאסט זיך פאר בני מלכים, פאר בנים למקום. און אט האט עס פאסירט…
די מרגלים, זיי גייען שפיאנירן אויפן נייעם לאנד, זיי ווילן זעהן צו איז דאס א מקום מוכשר פארן כלל ישראל, זיי גייען אהין אלס אנשים חשובים קרואי העדה, און זיי קומען צוריק פארדארבן און פארפוילט, רעדן אפ דאס הייליג פאלק פון דעם שיינעם נחלה, און זיי פארווארפן פאר משה רבינו איבער די ענקים וואס דרייען זיך דארט, און די אומגעוויינליכע פירות וואס וואקסן דארט.
כלל ישראל פאלט אריין אין א מצב פון פאניק עס טוט זיך א בכי' על פתחי אוהלים, וועלכעס פארבלייבט שוין אויף אייביג א בכי' לדורות, און טוישט דעם ווענדפונקט פון כלל ישראל צו א לאנג פארצויגענעם דורכגאנג מיט פארשידענע שוועריגקייטן יארן לאנג מיט ווייטגרייכענדע תוצאות אין די שפעטערע יארן וואס דער חטא המרגלים באגלייט זיי.
עס איז פארט שווער צו פארשטיין וויאזוי האט דער זעלבער כלל ישראל וואס האט געזעהן די אלע אפענע ניסים און געזעהן אז ס'איז נישטא קיין אפהאלט פארן גרויסן באשעפער צו נעמען די אידן וואו אימער עס איז וואו זיי דארפן זיך באזעצן. א גאנץ לאנד פון נידעריגע ברואים האבן נישט געקענט שטיין אין וועג ווען די אידן זענען ארויס אינמיטן העלן טאג פון דעם פארכישופ'טן מצרים, דער גרויסער ים האט נישט געקענט אפשטעלן די אידן פון דורכגיין צום ציהל, און דא קומען די מרגלים מיט די ביטערע בשורה אז עס זענען דא די בני ענק און אומגעוויינליכע פירות, און גאנץ כלל ישראל פארדרייט זיך אין א געוויין? וויאזוי משל'ט זיך אזא מציאות? פון וואס האט דער געהויבן פאלק אזוי מורא געהאט, און וואס איז דער גרויסער חטא געווען אויב האבן זיי מורא געהאט?
דרייען זיך ארום אידן און וואונטשן זיך אימער "זאל משיח שוין קומען" און מ'רעדט מיט נאסטאלאגיע פון דעם זמן הקץ ווען מיר וועלן שוין זוכה זיין צו גיין אט טאקע דארט וואו אונזערע עלטערן דער דור דעה האט אזוי מורא געהאט צו גיין, זענען מיר עפעס בעסער?
עס קומט אמאל אין באטראכט ווען מ'נעמט אונז ארויס פון דעם טאג טעגליכן באקוועמען שטייגער, ווען מ'קען אנהויבן משיג זיין פון וועלכן סארט יצר הרע דא רעדט זיך, עס איז דער שטן פון "באקוועמליכקייט" דער שטן וואס פארבט "טויש" אין טונקעלע פארבן, מ'לעבט באקוועם, מ'האט א סדר היום, מ'קען זיך נישט זעהן טוישן, דאס מינדעסטע ריר ווערט שוין דער מענטש צעשאקלט, און קען שוין נישט פונקציאנירן.
צו רעדט זיך אמאל פון מקרב זיין די גאולה דורך אויפגעבן א גשמיות'דיגע באקוועמליכקייט, ווי למשל דעם טעלעפאן, אדער אנדערע אזוינע קליינע שינויים אין לעבן וואס פארלאנגען אמאל פונעם מענטש עקסטערע פאר טריט, דער מענטש דער זעלבער וואס גלייבט יעדן טאג באמונה שלימה אז אלס איז אים באשערט, ער וויינט ר"ה אויפן מחזור, ער זאגט פרשת המן יעדן טאג, ער לייגט צדקה און זאגט אלקא דמאיר ענני מיט גרויס ערליכקייט, ווייל ער ווייסט אז זיין ברויט און זיין וואסער איז אלס אין די הענט פון גרויסן באשעפער.
דער זעלבער מענטש וואס קען אנווייזן עין בעין וויפיל מאל ער האט אליינס געזעהן דעם יד ד' אום צו פירן אז זיין פרוטה זאל אנקומען צו אים, און ער גלייבט מיט א גאנצע אמונה אז דער זן ומפרנס האט אים אויף זיינע ביכער און וועט אים קיינמאל נישט פארלאזן.
אט קומט אמאל ווען עס פארלאנגט זיך א קליינע טויש אין דעם טעגליכן שטייגער און ער קען זיך נישט נעבעך ספראווען דערמיט. איז עס דען נישט א קלארער קאנטראסט?
נאר וואסזשע דען, דער שטן האט זיך זיינע וועגן, ער לייגט דעם מענטש אריין אין דעם שרעקוועדיגן "באקוועמען סאטאטוס" פון וועלכן ער קען זיך נעבעך נישט ארויס זעהן. עס זעהט זיך אן ברוחניות ובגשמיות.
דרייט זיך א איד און זוכט א פלאץ אין ביהמ"ד זיך צו זעצן, און פאר פינעף מינוט קען ער נישט טרעפן, ווען אין דער זעלבער צייט איז אויפן אנדערן ווינקל דא א ליידיג טיש, אבער דער איד איז עפעס געוואוינט צו זיצן אויף דרום זייט און ער קען זיך נישט זעהן אויף די אנדערע זייט.
אין אזויפיל פעלער ווען עס קומט צו סיי וועלכן קריזיס צו איז דאס דירות, צו איז דאס חינוך פאר אונזערע קינדער, וואס יעדער ווייסט אז שינויים אין דעם לעבנס שטייגער, אמאל מיטן זיך ציען צו אנדערע מקומות וואו דער מצב איז בעסער, און אמאל מיטן טוישן א סדר אין די געוויינליכע אמעריקאנער חינוך.
און אזוי איז דא צענדליגער פעלער טעגליך ווען דער מענטש טוהט אומפארשטענדליכע פעולות, אלס ווייל ער איז געוואוינט און באקוועם אנדערש.
די הייליגע תורה לערנט אונז די וואך די פרשה פון ציצית, וואס ווי רש"י הק' רופט אן די אויגן און הארץ פון מענטש אלס די מרגלים פארן קערפער, וועלכע ברענגען דעם מענטש צו טון א חטא. אלס ווייל דער הארץ איז אנדער ווי דעם מח, ער טראכט נישט לאגיק, ער שטעלט זיך אפ ביים באקוועמליכן סטאטוס און קען זיך פון דארט נישט ארויסזעהן. דערפאר האט אונז די תורה געגעבן די הייליגע מצוה פון ציצית אלס זיך צו דערמאנען ווי מיר אידן זענען געווען עבדים לעבדים און אפי' נאכדעם וואס מ'האט אונז פון דעם גלות ארויסגענומען זעהען מיר ביים אנהייב פון די פרשה ביי די מרגלים וויאזוי עס איז שווער געווארן פאר די אידן דעם געדאנק פון טויש ארויס פון דעם געוויינליכן שטייגער, און מ'וועט זיך טרעפן מיט אומגעוויינליכע מענטשן און אומגעוויינליכע פירות.
כלל ישראל האט געוואוסט אז ס'איז נישט שווער בייצוקומען די גבורים די בני ענק, און אז מ'קען עסן די פיינע פרוכטן פון דעם ארץ זבת חלב ודבש. אבער… שוין ווייטער א טויש. וואס האט אונז געפעלט אין מצרים האבן זיי געשריגן. מיר זענען שוין געווען צוגעוואוינט צו דעם נידעריגן שטייגער, טראץ ס'איז געווען גאר שווער אבער מיר זענען שוין געווען "באקוועם" דארט.
הייבט זיך אן די פרשה מיט די מרגלים, און ענדיגט זיך מיט די מצוה פון ציצית. אלס א דערמאנונג צו געדענקען "לדורותם" אפי' ווען מ'וועט זיין אין דעם שפעטערן גלות פון טויזנטער יארן שפעטער, אז דער חורבן ליגט אין ווערן באקוועם מיטן סטאטוסקווא און זיך נישט קענען טוישן א פיצינקע צו פארשנעלערן די גאולה טראץ די פולשטענדיגע אמונה אין ביאת המשיח.
זאל טאקע דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו טון וואס איז ריכטיג און אלס געדענקען למען תזכרו און טאקע מקיים זיין די מצות ד' טראץ וואס אמאל פארלאנגט זיך א טריט ארויס פון דעם באקוועמען זאנע. עדי ביאת גוא"צ בקרוב ממש אמן.