יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

וואו פירן די דירעקציעס?

פתח הגליון · פרשת וארא

קלמן דרייט זיך ארום פאר'דאגה'ט, ער דארף צו פארן אויף א ווייטן וועג, ער קען נישט פונקטליך די דירעקציע'ס, ער איז א קליינער מבין אין לייענען די מאפע, ער קען זיך נישט אויס מיט די קליינע שטרעכלעך, און וויאזוי וועט ער מאכן זיכער נישט צו בלאנדזשען?

זיין ברודער חיים זעהענדיג זיין ברודער אזוי פארזארגט פרעגט ער אים וואס זיין פראבלעם איז. ווען קלמן דערציילט אים זיין דאגה, ער קען נישט קיין וועגן, ער ווייסט נישט קיין מאפע, און אנקומען דארף ער גאר וויכטיג אין צייט, וואס טוט מען דא?

הא, זאגט אים חיים, זארג דיך נישט ברודערל, איך האב פאר דיר א כלי א דזשי פי עס הייסט עס, דאס איז די ישועה פאר אזא פראבלעם, לייגסט דאס אריין אין קאר, דו שטעלסט אן וואו דו ווילסט פארן און היידא, דו דארפסט מער גארנישט וויסן, עס נעמט דיך גראד צום פינטל וואו דו ווילסט אנקומען.

מיט גרויס שמחה נעמט קלמן דעם דזשי פי עס, חיים שטעלט אים אן דעם פונקטליכן ציהל, ער ווייזט אים וויאזוי עס באקוועם פלאצירן אין קאר, און וואונטשט אים א גוטע רייזע.

עס גייט דורך אפאר שעה, און חיים באקומט א היסטערישן רוף פון זיין בורדער וועלכער קען קוים קומען צו זיך פון אויפרעגעניש: חיים, איך זיץ שוין אין קאר באלד צוויי שעה, און דער דזשי פי עס ארבייט בכלל נישט. וויפיל דארף איך ווארטן? ביזטו זיכער אז דאס איז נישט קיין אויפגעבלאזענער שקר, דו ביזט סתם אריינגעפאלן מיט א כלי וואס ארבייט נישט, געב עס גלייך צוריק צום מוכר.

קלמן קלמן, וואס הייסט ס'ארבייט נישט?

ס'פארט נישט!!! איך זיץ שוין 2 שעה און ווארט, עס רירט זיך נישט.

אוי קלמן. דער דזשי פי עס ווייזט דיר וויאזוי צו פארן, און עס העלפט דיר ווען דו פארסט, אבער פארן דארפסטו אליינס! עס קען דיר נאר העלפן אויב דו ווילסט פארן.

וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב זאגט רש"י הק' וארא אל האבות. וואונדערן זיך אלע מפרשים וואס וויל דא רש"י מגלה זיין? פון וועלכע אברהם יצחק און יעקב זאל מען דען רעדן?

דער הייליגער חתם סופר טייטשט אויף דעם אז וארא אל האבות מיינט צו ווייזן אויפן לשון פון "ווילן" אבה איז די לשון פון ווילן, וואס דער פשט איז אז דער אויבערשטער באווייזט זיך פאר ווער עס וויל, דהיינו מ'דארף האבן א רצון, און מיט רצון קען מען אנקומען צו הויכע מדריגות פון האבן א קשר מיטן בורא עולם.

דער לימוד איז אפי' פאר דעם פשוט'ן איד אז ער קען דערגרייכן מדריגות גבוהות דורך רצון, ער מוז אבער ווילן.

זעצט זיך א איד אריין אין קאר, אין זיין נפשיות'דיגן קאר, ער האט אלע כלים גרייט, ער לערנט ער דאוונט, ער טוט גוטע מעשים, אבער עפעס רירט זיך נישט זיין קשר צום טאטן אין הימל, ער שפירט נישט דעם נאנטקייט וואס די הייליגע תורה דארף אים ווען צו ברענגען.

זיינע רבי'ס האבן קלאר געזאגט אז מיט די תורה קען מען דערגרייכטן אזש ביז רוח הקודש, ער ווייסט וואס חז"ל זאגן די גורמים צו די הויכע מדריגות, אבער ער פארלירט ערגעץ אינמיטן דעם וועג, ער ווייסט נישט פארוואס עס רירט זיך נישט.

זאגט אים רש"י הק' וארא אל האבות, איך באווייז זיך נאר פאר דער וואס וויל! דו דארפסט פארן, דו דארפסט וועלן, די אלע מכשירים וואס דו האסט גרייט פאר דעם געהויבענעם וועג וועלן נאר העלפן אויב פארסטו, אויב דו ווילסט, און א אמת'ער רצון וואס איז תשוקה און האפענונג מיט א פולקאמע שטענדיגע ברען וואס טרייבט דעם וואגן אויף די הייליגע וועגן. דאן וועסטו זעהן אז דו וועסט נענטער ווערן צום בחינה פון וארא אל האבות.