יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

וויאזוי לעשט מען דאס פייער?

פתח הגליון · פרשת שמות

ראטעוועט, ראטעוועט, עס ברענט, די שטאט איז איינגעהילט אין א שרעקליכן פייער, די איינוואוינער לויפן פון אלע זייטן און פרובירן צו לעשן דעם פייער וואס ברענט אזוי שטארק, דער מיט וואסער, דער מיט זאמד, אנדערע מיט אנדערע כלים וואס לעשן דעם פייער, יעדער וויל דער פייער זאל זיך פארלעשן וואס שנעלער, בעפאר עס כאפט זיך אריבער צו נאך הייזער, און ווער ווייסט ווי גרויס דער שאדן וועט זיין.

די איינוואוינער אין שטעטל טיילן זיך איין, א טייל ברענגען דאס וואסער פון אלע טייכן און וואסערן, און די אנדערע געבן זיך אפ מיטן גיסן דאס וואסער, און אזוי איז יעדער פארנומען צו ברענגען דעם פייער אינטער קאנטראל. אבער.

דאס פייער לעשט זיך נישט, מ’קען נישט דערלעשן דעם גרויסן העלישן הדלקה, עס זעהט אויס ווי דאס וואסער ברענגט נאך א פארקערטע רעאקציע, ווי מער מ’גיסט, אלס מער ברענט, עס איז עפעס וואס די קלוגסטע און פארשטענדליכסטע אין שטאט פארשטייען נישט, וואס גייט דא פאר? עס איז דאך קעגן די נאטור, וואסער לעשט דאך פייער.

די עלטסטע אין שטאט נעמען זיך צוזאם פאר א שנעלע באראטונג וואס צו טוהן מיטן גרויזאמען פייער, און וויאזוי עס צו ברענגען צו אן אפשטעל, מ’שטעלט אפ דאס לעשעריי און מ’טראכט עצות און תחבולות וואס מ’קען טון אפצושטעלן דעם גאלאפירנדען פלאם.

הערשט דאן האבן די שטאטסלייט באמערקט ווי דאס פייער ווערט קלענער, און פאנגט אן אליינס זיך צו פארמינערן, נישט פארשטייענדיג וויאזוי דאס האט פאסירט האט מען באשלאסן צו פארשן דעם עפיזאד און אויספרעגן די אלע וואסער ברענגער און אלע אנדערע וואס האבן געהאלפן מיטן לעשן וואס זיי האבן געזעהן אדער מיטגעהאלטן וואס האט געקענט גורם זיין דעם גרויסן פייער צו ווערן גרעסער און גרעסער.

ביז פון ווינקל האט זיך אויפגעשטעלט איינער פון די וואסער ברענגער און פארציילט אז זעהענדיג דאס גרויס פייער האט ער מורא געהאט אז מ’וועט נישט האבן צייט צו שלעפן וואסער פון טייך, האט ער דעריבער געמאכט א קורצערע וועג צום גרויסן אויל פאס וואס ליגט אין שטאט פון וואו מ’שעפט אויל פאר די געברויכן פון שטאט לייט, און דאס האט ער ווייטער געשיקט מ’זאל דערמיט לעשן דאס פייער. פשוט צו מאכן גרינגער פאר די שלעפער און טרעגער, און ווי אויך כדי צו דערגרייכן דאס פייער שנעלער…

פארשטייט זיך אז דאס אויל האט נאר געהאט א פארקערטן אפעקט אויפן פייער וועלכעס האט געברענט מיט אימפעט, און נאר דעמאלס ווען מ’האט אנגעהויבן ברענגען וואסער האט מען געקענט פולקאם אויסלעשן דעם פייער.

והנה הסנה בוער באש והסנה איננו אוכל.

אלע מפרשי התורה ברענגען כפי דרכם וואס דער ענין איז געווען וואס הקב”ה האט געוואלט ווייזן פאר משה רבינו מיטן רעדן פון דעם סנה ווען עס ברענט דערויף א פייער וואס פארלעשט זיך נישט.

דער הייליגער כלי יקר פארענטפערט אז דאס איז געקומען ווייזן אז פונקט ווי דער סנה וועלכער האט א טבע ווען עס ברענט אז עס מאכט קולות, און מ’הערט א רעש, איז דאס געווען א סימן אז אידישע קינדער זענען נעבעך אין גלות ווייל אפי’ ווען עס ברענט, ווען עס איז זיי ענג, טרעפט מען נעבעך אז אידן רעדן אן מחלוקת און לשון הרע איינער אויפן צווייטן.

טראץ וואס דער פייער ברענט, און מיט אהבה און שלום וואלט מען געקענט אזויפיל פארמיידן, מ’וואלט געקענט פארלעשן דאס העליש פייער, רעדן זיך נעבעך איין די וואס זענען עוסק אין שנאת חנם אז מיטן בארעדן און רכילות רעדעריי וועלן זיי אויפטוהן פאר אידישקייט.

אבער ליידער ברענגט דאס די פארקערטע, ווי אויל צום פייער איז עס נאר מאריך אף, עס ברענגט טאר צרות און עגמת נפש, און פארלענגערט דאס גלות אזוי לאנג.

דאס לערנט אונז די וואך די פרשה, דער סנה ברענט און ברענט, ווי דער סנה איז א לשון פון “שנאה” עס איז אט דער שנאת חנם וואס ברענגט אזויפיל צרות אויף אידישע קינדער, און וואס לערנט אונז צו פארמיידן די אלע צרות דורך שלום ושלוה און ברענגען פרידן אין אידישע שטובער.

זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל זיין שלום ביי אידן אלעמאל ביז מ’וועל מיר זוכה זיין צו גיין קעגן גואל צדק בב”א