יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
פאעמס

מוז איינער זיין שולדיג?

זאלץוואסער · 2021

(זאלץוואסער) (תשפ"א זומער אייוועלט פארמעסט)
אינאנצן צעהיצט
קאפ ביז פוס באשפריצט
איז ר' יעקל דער ראש הקהל
א חוצפה א עזות
אין די העכסטע פאזעס
ווער האט דאס געטון דאס מאל
אזא שיינעם איד באגיסן
די טובי הקהלה שמועסן
מ'ברויך א מחאה מיט אן עונש
פאר די וואס פאלט דער שולד
נישט שטראפן מילד
מער קען מען שויניש
א קאמיטע באשטימט
א אויספארשונג קומט
ר' יענקל פארציילט מיט כעס
מיין שיינעם היט און ראק
און צו מיין גרויסן שאק
באגאסן אינמיטן די גאס
ר' יענקל מען פרעגט אויס
ווען זענט איר פון שטוב ארויס
און ווען האט פאסירט דאס אומדערהערטע
ווי יעדן טאג ביי מעריב
געגאנגען זיין מצרף
מיט א געהויבן געמיט
שפאציר איך געמיטליך
געדענק נישט פונקטליך
אבער אלס אויסגעזעהן גוט
א שטראם פון וואסער
איך בין פארפלייצט א נאסער
אינגאנצן אומגעדולדיג
איך קען זיך נישט בארואיגן
ביז מ'וועט מיר זאגן
"ווער איז שולדיג"
רואיג נישט ווילד
מ'וועט טרעפן דעם שולד
און שטראפן אים דערוועגן
נאך מחאות אין די בלעטער
ווייזט א איבערזיכט אויף די וועטער
אז עס איז געווען א שטארקער רעגן
ר' יענקל וועם בלעימט ער
א שמייכל א פארשעמטער
סך הכל אביסל נאס געווארן
גייט מיך דען אן
אויב קיינער האט'ס נישט געטאן
פארגעסט מיין צארן.

דער שולד אין לעבן
צו איינעם מוז קלעבן
זיך צו קענען בארואיגן
ליידער אזוי
ממש ווי דער גוי
אנגעצויגן
מיר זענען בטוח
יענער נאר דער שליח
דאס שולד איז מיין אייגן
ווייל א איד גלייבט
די מחשבות פארטרייבט
יענעם אנצולייגן
אמונה ווי שיין
קען שווער זיין
ווען צו מיר אליינס דערגרייכט
מיט אביסל קלערן
גרינגער ווערן
דאס לעבן שיינט און לייכט