יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

הלילה הזה חמץ ומצה

זאלץוואסער · 2013

ביים סדר נאכט פרעגן מיר, שבכל הלילות אנו אוכלין חמץ ומצה, הלילה הזה מצה. היינט פרעגן מיר פונקט פארקערט. שבכל הלילות אנו אוכלין מצה, הלילה הזה חמץ ומצה.

פאר איך גיי אריין אין דעטאלן איבער די נושא וויל איך מיך באקענען מיט אייך און איך וויל אייך זאגן ווער איך בין, נישט אז ס'זאל אויסזעהן מיינע ווערטער ווי זיי זענען בני בלי שם.

איך בין א סאטמארער אינגערמאן

א נוטראלער. איך נעם נישט קיין שטעלונג

אקעי גענוג מיט די בלאף. לאמיר זיך נעמען צום ווארט.

שוין אדורך א לאנגע צייט וואס צו מיין נאמען וואס איך נוץ סתם אזוי בין אדם לחבירו, ליגט אנגעקלעבט א צונאמען "חלה דעקל" וואס איינער א פארמעגליכער איד האט אנגעשמירט, און איך דריי מיך ארום דערמיט אזוי לאנג ווי ער וועט הייסן.

איך האב מיך אלס געוואונדערט וואס דער נאמען חלה דעקל באדייט, אבער פונקט ווי איך פארשטיי נישט פארוואס א אטאם באמבע הייסט אטאם, און איך גלייב אז דאס איז דער נאמען, אזוי אויך קריך איך נישט אריין אין די פקחות און טיעפזינגקייט פון א סייענטיסט ווי דעם פארמעגליכן און איך שטיי גלייך ביים וואנט, און לאז אים שיסן אויף ווי ווייט זיינע פיילן קענען.

דער פארמעגליכער איז נאר א פעדער מיט טינט, פון א ארגעניזירטע קריים פאמיליע וואס קענען זיך גוט אויס מיט די פאך פון לייקענען שמש בצהרים, און פונקט ווי עס וועט מיר נישט העלפן איבערצו ווייזן פאר א משוגענעם אינמיטן העלן טאג אז ס'איז טאג, וועל איך מיך אפילו נישט פרובירן אריינצושטעלן אין פאזיציע צו ענטפערן פאר אזא איד מיט אזויפיל פקחות.

וואס האב איך מיך יא יעצט דערמאנט?

ווייל די קשי' פון "חלה דעקל" איז מיר נאר וואס פארענטפערט געווארן, מילא שפיר איך פאר א פליכט עס צו מיטטיילן פאר אלע חלה דעקלעך צוגלייך.

ווי מיר ווייסן איז דא צוויי מיני פארלירער אין יעדע מלחמה. עס איז דא א פארלירער וואס האט פארלוירן א קאמף אדער א פוהלע מלחמה, און דערנאך איז דא א דערהער ווי א "זויער פארלירער" דאס הייסט ער האט נישט נאר פארלוירן דעם קאמף נאר ער שטייט און שרייט אז ער האט געווינען. אדער אמאל גייט דאס ארויף אויף איינעם וואס האט ניטעמאל געהאט די געלעגנהייט צו קעמפן און ער שטייט ביים פענסטער מיט די פידזשאמעס און שרייט "איך האב געווינען" איך האב געווינען" .

ווען איך בין געווען א קליין קינד האט מען מיך געלאזט אריינברענגען די פיש צום טיש שבת און ווען איך האב עס געטוהן און יעדער האט געזאגט ישר כח ביזט אזוי וואויל, האב איך זיך איינגערעדט אז דער עולם מיינט אז איך האב געקאכט די פיש.

ווען איך בין געזעצן ביי מיין טאטן אין קאר און געוויינט ווילאנג די מאמע איז אראפגעקומען, האט דער טאטע זאל זיין געזונט מיך געלאזט זיצן ביים דרייווער, און איך האב געמיינט אז יעדער מיינט אז איך דרייוו.

ווען איך בין געווארן עלטער האב איך מיך באגעגנט מיט א גאנצע סעקטע פון אידן וואס פירן זיך אויף אזוי אויף דער עלטער.

ווי למשל: אונז חלה דעקלעך האמיר אין די לעצטע יארן אסאך מאל פארלוירן אויף פארשידענע פראנטן, און מיר האבן זיך געטרייסט און געהאפט אז עס וועט בעסער ווערן.

איז דער מצה דעקל פארטיי אויפגעשטאנען און אנגעהויבן אונז אריין לייגן ווערטער אין מויל אז מיר מיינען מיר האבן געווינען און אז מיר געווינען אייביג, און מיר זענען געבליבן שפראכלאז צו ענטפערן פאר די וואנזיניגע באשולדיגונגען, פאר צוויי סיבות, 1 ווייל צו ענטפערן פארן נער דארף מען אליינס זיין, 2 ווייל לאגיק האט בכלל נישט געשפילט א ראלע אין זייערע באשולדיגונגען.

איז אבער געקומען דער מצב ווען מ'רעדט וועגן דעם פראטעסט וואס גייט פארקומען, און עס איז געווען דברים ידועים אז דער חלה דעקל איז ידו על העליונה, ווייל אונזער רבי האט דעם קאמף גענומען אלס א הייליגע מערכה ווען דער מצה דעקל רבי איז נאך געווען פארנומען מיט די קעמפס און מיט די ארמארי בילדינגס.

אונזערע דיינים זענען ארום געלאפן צו רבנים,

אונזערע בחורים האבן געגרייט די מערכה,

אונזערע נגידים האבן געגעבן דאס געלט

און אונזערע אויסגאבע'ס האבן אלס אויפגעברענגט דעם טעמע

איין שיינעם טאג איז די מצה דעקל רבי אויפגעשטאנען און געשריגן: איך וויל זיצן ביים דרייווער

און דער חלה דעקל האט געענטפערט: אקעי

האט דער מצה דעקל רבי געשריגן: איך וויל אבער אויך די שליסל

האט דער חלה דעקל געענטפערט: אקעי

האט דער מצה דעקל געשריגן: איך וויל דו זאלסט ארויסגיין פון קאר

האט דער חלה דעקל געזאגט: לא מיט אן אל"ף

האט דער מצה דעקל געשריגן: איך גיי דעמאלס ארויס

האט דער חלה דעקל געזאגט: אקעי גיי שנעל ווייל מיר דארפן פארן

האט דער מצה דעקל אנגעכאפט די טיהר און געזאגט אקעי איך קום צוריק אריין לאמיך כאטש זיצן נעבן דיר

האט דער חלה דעקל געענטפערט: נישט קיין פראבלעם קענסט זיצן אויף מיין שויס אויך דער עיקר איז אז מיר דארפן כאפן די לייט מאך עס שנעל....

האט דער מצה דעקל אפגעאטעמט און געזאגט: זעהסט! ווען נישט מיר וואלטסטו די לייט נישט געכאפט

חלה דעקל: וואס הייסט?

מצה דעקל: איך וואלט געהאלטן אפן די טיר אזוי לאנג און דו וואלטסט נישט געקענט פארן......

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איך בין א חלה דעקל און ער א מצה דעקל!

איך פארליר, און איך געווין, איך האב ירידות, און איך האב עליות

ער! פארלירט קיינמאל נישט

ער! ווען ער פארלירט יא, שרייט ער אז ער האט געוואלט פארלירן

און דאס הייסט ביי אונז א "סאוער לאזער" איז דאך דאס א בחינה פון מצה, וואס האט נישט די זויער טייג ווייל ס'איז פארלוירן.

פארשטיי איך שוין מכלל הן פארוואס איך בין א חלה דעקל...