יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

יויש ווי לאנג קען מען זיך איינהאלטן?…

זאלץוואסער · 2012

יויש ווי לאנג קען מען זיך איינהאלטן? איך פרוביר א גאנץ אלול זיך מסגף צו זיין און נישט שרייבן, אבער וויפיל איז די שיעור....

האט איר פערצופאל באמערקט אז יעדער וואס פאנגט אן א תגובה אין דעם אשכול כמעט פאנגט אן מיטן נוסח "איך וויל נישט נעמען קיין שטעלונג?"

איר ווייסט אפשר פארוואס? פארוואס וויל קיינער נישט נעמען קיין שטעלונג?

מיר לעבן אין א וועלט פון קראנקהאפטיגע דיפלאמאטיע וואס פארפירט דעם לב חכם צו א לב כסיל! יעדער דארף יעדן געפעלן. און עס קענען זיין אין א שמועס 100 נארמאלע מענטשן וואס האלטן אלע די זעלבע, און קיינער וועט זיך נישט וואגן צו זאגן וואס מ'טראכט באמת. ווייל מ'איז דאך א דיפלאמאט....

לאמיך אייך אריינווארפן א ווארט איבער דעם ענין כפי עניית דעתי.

איך האב אויך אין די פאמיליע וואס זענען פארכאפט געווארן אין דעם ברסלב'ער שיטה און איך זאג פארכאפט נישט ווייל עס איז שלעכט נאר ווייל עס געשעט פלוצים אן קיין פאראויס מעלדונג, און ביי רוב וואס איך קען וואס זענען פלוצלינג פארברסלב'ט געווארן איז די אקציע א שטילע און א שנעלע סורפרייז כאפנדע אטאקע, און עס קומט אזוי ווי צו זאגן "טאטי מאמי! שווער שוויגער! דאנ'ט איוון טריי!" איך בין דארט און דאס איז עס... זעלטן ווען האב איך געהערט (עכ"פ ווי ווייט איך ווייס) אז איינער זאל ווערן א ברסלב'ער "שטייטליך". זעלטן ווען האב איך געהערט אז איינער זאל זיין א "שטיקל ברסלב'ער" (איך רעד נישט פון די וואס מ'רופט א שטיקל ברסלבער ווייל זיי זענען נארמאל... זיי זענען די ריכטיגע ברסלב. איך רעד פון די ברסלב פון וואס איר רעדט....)

איך האב אמאל אין א שמועס מיט א ערנסטן ברסלבער חסיד אויסגעלופטערט מיינע געדאנקען און ער האט מיר שטארק מודה געווען אז די אלע זאכן זענען נישט וואס תורת ברסלב איז און עס איז פונקט פארקערט, עס ברענגט נאר א חילול שם הצדיק זי"ע.

אבער לאמיר אביסל אויסקלארן די לופט און איך וויל מיך באציעהן צו עטליכע מגיבים, וואס פון זייערע ווערטער קען זיך דאכטן אז איימיצער דא האט א טעות, אדער אז איינער דא ווייסט נישט דעם אמת. איז אזוי:

אמת # 1: ר' נחמן איז געווען א איש אלקים קדוש וואס איך בין נישט ראוי און איר זענט נישט ראוי ארויף צו ברענגען דעם נאמען אויף די לעפצן

אמת # 2: ער האט געוואלט מ'זאל קומען צו אים אפילו לאחר פטירתו, און ער האט פארשפראכן גרויסע זאכן פאר די וואס קומען

אמת # 3: ער האט געזאגט ראש השנה איז זיין טאג (איך געדענק נישט דעם לשון פונקטליך, אבער עפעס אזוי)

אמת # 4: די אלע וואס פארן אויף אומאן צום צדיק ווייל זיי ווילן זוכה זיין צו די הייליגע ברכות פון דעם צדיק וועט איר קלאר זעהן אז זיי טוען קיינעם קיינמאל נישט וויי און זיי שטייען קיינעם נישט אין וועג, איך קען אייך ווייזן אסאך דוגמאות פון חשוב'ע ברסלב'ער חסידים וואס זענען העכסט נארמאל און באזעסן און האבן זוכה געווען צו פארשטיין א ביסל פון דעם הייליגן דרך פון אמת'ע שמחה, נישט שמחה אויף יענעם'ס חשבון. און פארשטייען דעם טיעפן קלארן און הייקאלן חילוק פון "שמחה" און "משוגע".

און יעצט אמת # 5: דאס איז ליידער א אמת וואס שלאגט אין פנים און קיינער קיינער וועט עס נישט לייקענען, אויסער ווער יא, (די דיפלאמאטן) און עס האט כמה טעמים וויאזוי עס האט זיך דערקייקלט צו דעם. דהיינו: טויזנטער משוגעים, וועלכע ווילן זיך נישט פאררופן צו א רבי'ן אדער מורה דרך, אדער ווילן קענען טון וואס זיי ווילן און אויף אלעם האבן א וועג ארויס אז מ'וועט זיי פון גיהנם ארויסציען, פאררופן זיך ליידער ברסלב און זענען מבזה דעם דרך מיט שטארקע ביזויים (אלעס ווי ר' נחמן אליינס האט שוין פארגעשריבן אז אזוי וועט זיין)

און די סיבה צו דעם איז פשוט: עס זיינען דא 3 מושגים מיט וואס דער נפש הבהמית פארשטייט זיך נישט. 1. א זאך וואס איז ווייט במציאות 2. א זאך וואס איז ווייט אין צייט 3. א זאך וואס איז ווייט צום פארשטאנד.

דהיינו אויב א מענטש האט זיך נישט אויסגעארבעט אביסל אדער אויב קומט ער פון א לערע וואס לערנט אים צו זיין נאר פארנומען מיטן "יעצט" און דער "דא" און נאר וואס ער פארשטייט, (דאס הייסט עס פעלט אין זיין חינוך) איז דאס אין זיין באקוועמע זאנע, און ער וועט דערפון קיינמאל נישט ארויסטרעטן. דעריבער ווען ער וויל עפעס וועט ער טון אלעס אויף דער וועלט אפילו אויב עס איז א סתירה מיטן מציאות אבער וויבאלד פאר יעצט על שלעתה איז אים דאס נוגע פארגעסט ער אלעס ארום. דאס זעלבע איז ווען ער באגעגנט זיך מיט א מציאות וואס ער וואלט אנדערש באהאנדלט קלערנדיג פון ווייטע קאנסעקווענצן, אבער וויבאלד עס איז אים נישט דא ביי די האנט קען ער נישט טראכטן..

בקיצור "חכם רואה את הנולד" האט א טיעפער משמעות וד"ל

לענינינו: די אלע וואס קענען זיך נישט ספראווען מיט די ווייטקייט אדער ברייטקייט ווי דערמאנט, די מענטשן זוכן א פלאץ ווי מ'קען טון וואס מ'וויל ווען מ'וויל וויאזוי מ'וויל, און אלעס אנהענגען אין א אילן רברבי וואס איז שוין לאנג נסתלק לעולמו אזוי אז קיין קשיות קען מען מער נישט פרעגן און קיין פלוגתות קען מען דאך נישט מאכן, און לערנען פשט אין א רבי'ן איז דאך אלו ואלו דברי אלקים חיים און ווער וועט זיך וואגן צו פרעגן אפילו א ווארט.

ווען א פאלנער משוגענער שטעלט זיך אויף אין אומאן און שרייט אריין אין רבי'ןס ציון "רבי די ציין טוט מיר וויי!!!" און ער ווייזט מיט זיין פינגער אין מויל אויפגעמאכט דעם מויל ווי ביים דענטיסט, (מעשה שהי' איך בין א עד דערויף און דאס איז נאר איין פון אסאך) און עס שטייען דארט מיט אים טויזנטער און זעהן נישט פאר וויכטיג אים מסביר צו זיין אז ס'איז נישט קיין כבוד פארן צדיק און דער ענין איז אז מ'נעמט א תהלים און מ'זאגט דעם תיקון אדער סתם אזוי תהלים. דאס איז א פראבלעם...

ווען פאלנע משוגעים פארן ארום מיט א קאר און שפרינגען ארויס מיט צעלאזטע העמדער און זינגען דעם ניגון נ נח וכו' און מיט דעם פרובירן זיי יוצא צו זיין דעם ענין פון התבטלות. דאס איז א פראבלעם

ווען אויפן פליגער, אויפן באן, אין די גאסן, אין די בתי מדרשים, און אזוי איבעראל, דרייען זיך ארום מענטשן וואס נוצן נאר דעם נאמען ברסלב צו פארדעקן דעם שגעון, און וויבאלד דער צדיק איז שוין פון דעם ווייטן אמאל, און אומאן איז ווייט פון פלאץ און זיין תורה איז ווייט פון דעם פשוט'ן שכל, קען דאך און וועט דאך קיינער קיין קשיות נישט פרעגן, דעריבער קען מען טון וואס מ'וויל. דאס איז א פראבלעם.

די אלע זאכן זענען דברים ידועים. און מיר קענען דא שפילן רינגעראנגע ראוזי צו רעדן דיפלאמאטיש, אבער דער אמת איז אמת.

דער צדיק בלייבט צדיק, און זיין השפעה וועט אלס מיט אונז זיין ווי ער האט מעיד געווען אז עס וועט טליען זיין פייערל ביז משיח'ס טאג, און מיר אלע האפן צו קענען לערנען זיין הייליגע תורה.

און די משוגעים בלייבן משוגעים להבדיל אלף אלפי רבבות הבדלות...

בלייבט נאר איבער א קשי' אויף די "נארמאלע באקוועמע אידן" וואס כאפן זיך מיט אויף דעם וואגן נאר פאר באקוועמליכקייט, צו זיין ענדערש א ראש לשועלים, ווי איידער א זנב לאריות...

עס איז אים אסאך גרינגער צו זיין א קלוגער איד צווישן משוגעים, ווי איידער צו זיין אין ביהמ"ד אין וומסב"ג א פשוטער נומער.

עס איז אים אסאך גרינגער צו זיין העכסט נארמאל און זיך אונטערשמייכלען ווען זיינע קאלעגן טאנצן אויף די סיעט'ס אויף א פליגער, ווי איידער זיך צו האלטן שמאל און טייט אין א ביהמ"ד אין בארא פארק ווי יעדער עקט נארמאל.

עס איז אים אסאך בא'טעמ'טער צו זיין דער נארמאלער מענטש וואס קאמפלעינט אויף די משוגעים ערגעץ דארט ווייט אין די מרחקים. ווי איידער צו זיין דער האלב נארמאלער מענטש וואס אנדערע קאמפלעינען אויף אים...

אלנספאלס ביי מיר איז אלס זייער קלאר, און איך ווייס אז ביי אייך איז עס אויך קלאר, עס איז נישט קיין סתירה די צוויי זאכן. יא עקסטרעם נישט עקסטרעם.