יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ זאלץ וואסער
ארטיקלען

דברי מוסר פ' עקב (פון די סעריע: ים המל"ח)

זאלץוואסער · 2012

איך האב נישט קיין חומש פארנט פון מיר, און מעביר סדרה געווען האב איך נאך אויך נישט, די איינציגסטע השגה פון וועלכע סדרה ס'גייט איז ווייל פאריגע וואך איז געווען ואתחנן שטעל איך מיך פאר אז פונקט ווי פאראיאר איז היי יאר אויך גראד נאכדעם עקב, און איך האף אז עס גייט נישט צוזאמען מיט ראה... די צווייטע זאך איז ווייל מיינע קינדערלעך האבן אהיים געברענגט ארטס און קרעפטס ווי עס שטייט בפירוש אין גרויסע ווערטער עקב.

פאר איך הייב אן וויל איך זאגן אז עקב איז ר"ת כ"ו אב, כאטש וואס כ"ו אב איז ערשט נעקסטע וואך, איז דאך אבער דער שבת קודש א בחינה פון כל ברכאן דלעילא ולתתא ביומא שביעא תליין, מילא וואג איך מיך צו זאגן אזא ר"ת

אויסער דעם איז עקב אויך ר"ת א'ין ק'ומענדיגן ו'ואך... סאו איז דאך מרומז אין די ווערטער אליינס אז עס גייט ארויף אויף קומענדיגע וואך. (מילתא בדיחותא פארן לערנען... נישט איבערזאגן אינדערהיים, די קינדער וועלן מיינען איר זענט א זאלציגער עם הארץ און אויב זיי וועלן נישט לאכן וועט איר זיך כאפן ביים קאפ אז זיי זענען עפעס עמי הארצים סאו בעסער נישט אנצוהייבן)

צוריק צום ערנסטקייט:

עקב דערמאנט מיך יא עפעס וואס איך געדענק פון אויסנווייניג. איך וועל מיך באציען צו די ווערטער פון דעם גרויסן חכם דער בעל "הכשרת אברכים, חובת התלמידים" און עס ווערט אויך געברענגט אין אנדערע ספרי מוסר, אבער ער ברענגט דאס ארויס די נענטסטע צו אונזער דור וועל איך זיך באציען צי זיינע רייד.

מ'זעהט אמאל א איד א בא בשנים, וואס האט א גאר גלענצענדען פארגאנגענהייט, ער איז געווען אלס א יקר באנשים, און זיך געפירט מיט אלעם ווי מען ברויך, קיינמאל נישט געהאט קיין שם רע אין קיין שום הינזיכט, און האט אויפגעשטעלט א הערליך אידיש שטוב, תורה וגדולה במקום אחד וכו', און פלוצלינג ווען ער ווערט עלטער, זעהט מען זיך ארום אז דער איד פאנגט אן צו טון זאכן אנדערש ווי זיין אנגענומענע כאראקטער, מער אדער ווייניגער קען ער ווערן א שטיקל לאסט אויף די בני בית, און מ'שעמט זיך מיט זיין התנהגות, און אמאל אפשר שעמט מען זיך נישט אבער מ'שאקלט זיך אוועק פונעם אלטן'ס אומערצויגנקייט, און מ'באשולדיגט דערויף זיין עלטער, אז ער איז אזוי געווארן אויף די עלטער.

זאגן אונז די חכמים, און די ספרי מוסר זענען מרבה שיחה אין דעם, אז ניין! דער מענטש איז באמת א וואוילער און האט זיך אלע יארן איינגעהאלטן זיינע תאוות און שיקאנען, אבער ער האט נאר אויף אזויפיל אויפגעטון, זיך איינצוהאלטן ווילאנג ער איז ביי די כוחות, אבער וויבאלד ער האט נישט אינגאנצן צובראכן די שלעכטע מידה, איז עס טיעף טיעף אין זיין אינערליכן מח אדער לב געבליבן איינגעווארצלט, און ווי עלטער ער ווערט איז דער כח המעצר שוואכער, און דערפאר ווען ער ווערט עלטער שווימט ארויף זיינע מדות ווי א גרינגער בלעטל אויפן וואסער.

די ספרים הקדושים זענען מאריך אין דעם אבער איך וויל מיך שטעלן אויפן חלק וואס האט מיך געעגבערט. איך ווייס און פארשטיי אז עס איז טאקע אזוי, אבער וויאזוי קען דער מענטש מבחין זיין צו ער איז א איינגעהאלטענער בעל תאוה? א באהאלטענער בעל תאוה? אדער א געבראכענער בעל תאוה? צו ער איז א באהאלטענער בעל מדה רעה, אדער א געבראכענער בעל מדה רעה? וכו'.

זעץ איך מיך אנידער און איך שווים אריין אין עולם המחשבה, איך פרוביר צו ציען פאראלעל פון די אינגע יארן צו די נישט אזוי אינגע יארן, אא"וו, און איך טרעף מיך אין חדר זיצן אין לאנטש רום ווארטנדיג אז דער סארווער זאל ברענגען די זופ מיט מאנדלען אין די גרויסע אייזענע אמפער'ס. איך הער גערודער פון די קינדער ארום מיר, און קולי קולות פון א טיש דערנעבן, וואס דארט גייט אלעמאל קלעפ צווישן די קינדער ווייל דער מלמד זייערער זעהט נישט אויס צו זיין צו שטארק אינטערסירט זיך צו מישן אין מחלוקת... איך בין אבער א שטיל אינגל און איך זיץ אין א סביבה מיט שטילע קינדער רואיגע געלאסענע מער צו די עק פון טיש און מיר ווארטן צו ווערן סערווירט דעם נארהאפטיגן זופ.

דער זופ קומט!!! מיין מלמד שלעפט זיך מיט זיין כאלאטל און ביידע הענט ארום דעם טאפ, און ער הינקעט אינטער מיט דעם טאפ נאר ווייל ער וויל אכט געבן עס זאל זיך ח"ו נישט אויסגיסן און ער לייגט אנידער דעם טאפ ביים אויבן אן, און ער אליינס הינקעט צי צום סינק זיך אפוואשן פון די שיער אפבריה וואס ער האט געכאפט.

צו די זעלבע צייט שפרינגען ארויף 5 קינדער צום טאפ און באקוקן אים פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, איינער האלט שוין דעם שעפ לעפל און א צווייטן זעה איך טשעפטשען א תפילה אז דער גרויסער פארברענטער זופ מאנדל זאל אנקומען צו אים, ער האפט נאר אז ער זאל עס באקומען, און דער דריטער זעה איך קוקט נישט אין טאפ ער קוקט אויף די צוויי וואס האבן אים איבערגעיאגט און ער ווארט זיי זאלן ענדיגן ער זאל קענען כאפן זיין פארציע.

אין די זעלבע צייט זיצן ביים טיש די קינדער וואס האבן "יא" מורא פון דעם רבי'ן און זיי ווארטן אויף זייער פארציע מיט א רואיגקייט אדער געמאכטע רואיגקייט. זעה איך קעגן איבער מיר זיצט א אינגל וואס פארשטייט א מאכל, און ער קוקט אויף דעם טאפ און גלאצט אריין און פרובירט זיך פארצושטעלן אז עס איז גאר א זופ מיט קניידלען, ער מערמלט אינטער אז ער האפט אז ער וועט האבן די שיריים פון די מייערן וועלכע ער גלייכט זייער, און ווען זיין חבר פרעגט אים וואס האסטו געזאגט? ענטפערט ער נעע איך האב גערעדט צו מיר אליינס...

אזוי שווים איך צוריק און איך באקוק מיינע חדר יארן: יא! איך געדענק אקוראט ווער עס זענען געווען די געוואגטע וואס האבן זיך נישט פארלאזט אויף קיינעם נאר געכאפט וואס עס קומט, און נאכדעם ווער עס איז געווען פון די קטני אמנה און נאר מורא געהאט אז צו אים וועט דער טאפ שוין אנקומען ליידיג, אבער זייענדיג פון שוואכערן כאראקטער האט ער נאר געקענט זיך מאכן ווי ס'גייט אים נישט אן און נאכדעם די וואס האבן באמת נישט געהאט קיין מגע ומשא מיט דעם זופ און האבן דאס גענומען נאר געצווינגענערהייט, זיי זענען געווען פארנומען מיט שמועסן, שפילן, און זיך האמפערן, ווער דארף עסן...

איך כאפ זיך אויף פון די מחשבה און יעצט דריי איך זיך רעכטס און זעה זיך אלס עלטערער איד אין א שול, מיטהאלטנדיג א זקנים פראגראם ווי מ'גיט פרישטאג לאנטש מיט אפאר שיינע שיעורים, פון די אינגעלייטלעך אונזערע אייניקלעך.

נעבן מיר זיצן מיינע חברים פון חדר, זיי זענען שוין אויסגעוואקסן עלטערע אידן פני הדור, און יעדער זיצט אויף זיין גמרא, דער מיט א גרויסן גלאז, און דער מיט גלעזער אויף די נאז, און דערנאך זיצן די פאר וואס רעדן איבער וואס דער דאקטאר האט זיי רעקאמאנדירט פאר א דיעטע, און אזוי ווייטער. יא! איך דערקען דארט מיין חבר וואס פלעגט כאפן די זופ מאנדלען פאר די צייט, און יעצט זיצט ער איבערגעבויגן איבער די גמרא און ברומט. איך דערקען דארט מיין חבר וואס האט נאר געבעטן א טיעפע תפילה אז דער זופ זאל אנקומען צו אים בשלום, און דא זיצט ער פארדרימלט מיט דעם קאפ פארבויגן און מ'קען אים אפילו הערן חלומ'ן. אא"וו דערקען איך מיינע חברים פון די יוגנט.

איך געדענק זיי אין יארן ווען זיי האבן געלעבט מיט לוסט

איך געדענק זיי פון ווען זיי האבן נישט געחלומ'ט און געוויסט

אז די לעבן פליהט פארביי ווי א פייל וואס שיסט

און האט גארנישט מיט וויפיל זופ מ'פארגיסט

עס קומט א צייט און די ווילסט וויסן אויף זיך אליינס ווער די ביסט

ווען מ'זיצט איינגעבויגן און מ'שלאפט און היסט

איך געדענק נאך די יארן ווען האסט נישט געטראכט וואס די טוסט

און היינט קוקט דיך אויס יענע יארן דאגות ווי זבל ווי מיסט

און אריבער די יארן די לויפסט און פליהסט

און אט זעה איך ווי מ'ברענגט אריין א נארהאפטיגן לאנטש פאר די זקנים נאך א הערליכן שיעור אין הלכות ברכת הפירות, און.... יא דער זעלבער חבר וואס איז יונגערהייט געשפרינגען צו די זופ, טוט דאס יעצט טאקע פיל שטאטער אבער ער הייבט זיך אונטער מיט אלע כוחות אריינצוקוקן אין לאקשן טעפל און זעהן וואס דאס איז און וויפיל דארט איז. און אינטערסאנט אז דער וואס האט דעמאלס אמאל תפילה געטון אז די זופ זאל צו אים אנקומען גאנץ ער פרובירט אוועק צו קוקן פון דעם זייט פון די מאכלים, און נאר מיט א זייטיגן בליק קוקט ער אלס צוריק צו הקב"ה וועט אים סורפרייזן מיט די פיינע מאכלים, און אויף מיין זייט זיצן די צוויי וואס אינגערהייט איז זיי קנאפ אנגעגאנגען די מאכלים, און זיי זיצן און שמועסן איבער א ענין וואס איז מיר נישט נוגע אינטערצוהערן ווייל מיין קאפ איז אין לאקשן טאפ...

און איך האב מיך דערוועקט פון די מחשבה....

קוק איך אריין אין מיר אליין, בין איך דער וואס איז געווען פון די מקדימין? אדער בין איך געווען דער וואס האט שטילערהייט געוואלט, אדער בין איך געווען דער וואס ס'איז אים נישט אנגעגנאגן אין די לינקע פיאה דאס עסן.

און איך קוק היינט צו טאג, מ'קומט אן צו א שבע ברכות פרייטאג צו נאכטס, יעדער האט חלה און עסצייג געגרייט, בין איך פון די וואס לויפן ארום פארסאפעט מאכנדיג זיכער צו האבן גענוג פון אלעם, כאטש איך בין שוין איבער די 18 אדער בין איך פון די רואיגערע וואס האבן טאקע א דאגה דערמיט אבער שעמען זיך צו ווייזן, און זיי בארואיגן זיך אז העכסטנס וועל איך די וואך עסן אביסל ווייניגער, אדער בין איך פון די וואס ווייסן אז נאך די פיש וועט יעדער סיי ווי זיצן רואיג אויפן פלאץ און שמועסן דברי תורה זינגען ניגונים, און אזוי ווייטער?

און אזוי פאנג איך אן צו אבזערווירן בין איך סתם א באהאלטענער בעל תאוה אדער האב איך געבראכן די תאוה...

און אזוי מיט אלע מדות רעות קען מען מאכן די אבזערוואציע...

והי' עקב תשמעון מ'דארף פרובירן צו דערהערן דעם סוף און צוריק גיין טראכטן פון אנהייב, ווי בין איך געווען און ווי אזוי זעהט אויס מיין נסיעה צו די ענדע?

האטס מיר אלע א גוטן לעכטיגן שבת

נ,ב, עקב איז אויך ר"ת א'יי ו'ועלט ק'אמיוניט