דער רעדאקטאר קלינגט שוין ווייטער. וואסי? א פרישער מאמעניכעס קומט ארויס און מ'דארף אן ארטיקל.
דער רעדאקטאר זאגט מיר קלאר אזוי: הער זיך איין זאלצי! (ער רופט מיך אזוי בלשון כיבע) אויב ווילסטו אמאל קריגן א רעיז... גיי ווייס וואס וועל איך טוהן מיט איין רעיז? א פעקעלע רעיזין קען רעדן ווערטער, אבער איינס???
זאגט ער ווייטער, די ארטיקל דארף זיין מלא חומר מוז נישט זיין אמת, אדער עפעס שווער. דער עיקר איז אז די לייענער זאלן פאלן פון בענקל ביים לייענען.
איך מיש מיך נישט אין זיינע מחלוקת מיט די חשובע לייענער, הלמאי ער וויל זיי לאזן פאלן פון די בענקלעך. אבער אני בשלעצמי קען נישט אויפקומען מיט עפעס א געדאנק וואס זאל מיך מאכן קלערן אז דאס וועט דעם עולם ווארפן פון די בענקלעך.
איך וועל אייך זאגן. נאך אזא סטראשקעלע פאר א שרייבער פון א רעדאקטאר דארף מען עס ערנסט נעמען. פרנסה נעמט מען נישט לייכט.
דאס ערשטע נעם איך א בענקעלע, א צאמלייג בענקל, אבער פון גוטן קאליבער, און איך זעץ זיך דערויף באקוועם און פאנג אן צו חלומ'ן און דמיונען, און איך פרוביר זיך צו דערמאנען פון אפאר ווערטלעך אדער מעשה'לעך וואס קענען מיך ווארפן פון בענקל. איך מוז דאך זעהן צו ס'ארבעט... (ביי מיר קלער איך אז איך האף דער רעדאקטאר האט נישט צו א באקוועמען בענקל וואו ער וועט מעסטן מיין ארבייט... ווער רעדט נאך אויב האט ער א "געלעגער"... וויאזוי זעהט מען אים פון דארט פאלן??? גיי ווייס. מה לי הצרה הזאת).
אין אנגסט גיי איך ארויס פון שטוב, מיטן נאטיץ ביכל אין איין האנט און דעם בענקעלע אינטערן ארעם און איך זוך א פלאץ פאר א רואיגן פלאץ אויפצושפילן די פארשלאפענע פאנטאזיע. איך האב לעצטנס געהאט א שווערן שלום בית מיט מיין פאנטאזישן מוח ווייל איך האב נישט געהאט גענוג צייט זיך מיט אים צו באפאסן, און ער איז זעהט זיך אויס ברוגז מיט מיר אביסעלע. ס'ארבעט עפעס נישט.
איך זאל שרייבן פון מיין פורים טאג??? אה לאשוין אפ יעדער שרייבט פונעם פורים טאג, די משלוח מנות דרייט זיך איבער, די שוויגער שרייט, די שוואגער מאכט זיך שיכור, די שווער וויל פארלערנען בני יששכר וכו'. יעדער ווייסט שוין די מעשה. איך קוק אויפן בענקל דערשראקן. אזוי וועל איך פון בענקל נישט פאלן. וואס טוט מען דא?
זיץ איך און איך קלער... און פלוצלינג ווי משמים קומט די ישועה אומגעראכטן...
איך טרעף זיך גלאצן אויף א נהר'לע פאדעלע וואסער וואס לויפט אריבער אויפן טראטוואר שטערנדיג די רעכטפארטיגע דורכגייער אין זייער וועג. און אזוי אויפן ערשטן בליק האט נישט דאס וואסערל וואס מיר צו פארקויפן ביז איך האב מיך ארומגעזעהן פאלן פון בענקל צוקוקנדיג וויאזוי מענטשן ספראווענען זיך מיט דעם וואסערל יעדער אויף זיין שטייגער... אה א כפרה די בענקל, די מילצן טוען מיר וויי פון לאכן...
וועל איך אייך מיטטיילן וואס איך האב געזעהן.
הכלל, איך נעם אפיר מיין פענע און נאטיץ ביכל און מ'גייט באשרייבן קריעת ים סוף. יעדער כפי מצבו.
דער פלאטשקעריי הייבט זיך אפיציעל אן, ר' עמרם דער ראש הקהל מיט זיינע דיקע שיך שפאצירט אריין מיט שווערע גראבע אומגעמאסטענע טריט דער שפיץ מיטן חלק מטה פונעם שיך גייען גראד אויף איין שטייגער אריין אין וואסער