איך הער נישט קיין ראדיא ווייל עס איז טמא! אפילו ווען עס איז שווערע צייטן אדער שטורמישע וועטער'ס ווייס איך עס אליינס איך דארף נישט די ראדיא זאל מיר מעלדן (איך רעד בדרך כלל, עס איז פארט א נסיון...)
אבער מיינס א חבר האט זיך מרחם געווען ווען איך האב אים געבעטן אז איך שפיר איך גיי דורכפאלן און אויסהערן די כלי, האט ער מיר געזאגט: ווייסטו וואס זאלצי? איך וועל פאר דיר איבערשרייבן א פולע 10 מינוט רעפארט אזוי וועסטו האבן א גענויען באריכט פון וואס קומט פאר.
ער האט מיר אויך צוליב געטון און עס געטייטשט אין אידיש, אז איך זאל פארשטיין (נישט מאמע לשון, פלעין אידיש)
אלזא איך וועל אייך נישט באלעסטיגן מיט די פולע 10 מינוט אבער אויב זענט איר אן ערליכער איד וואס הערט נישט קיין ראדיא און עס קומט אייך אונטער אמאל א נסיון יא צו הערן, און איר האלט אז איר פארפאסט אסאך וויל אייך מיטטיילן מיט די רעפארט פון מיין חבר.
דאס איז וואס מיין חבר האט מיר צוגעשיקט, ותשוח"ח לו
} סי בי עס ניוס עס איז 8:38 טרעפיק און וועטער אויף די אכטער'ס (דאס מיינט אז יעדע מאל ווען עס קומט דער זייגער צו א אכטער זאגן זיי די טרעפיק - ווי מ'קען אדער קען נישט פארן - און די וועטער - צו עס איז קאלט ווארים אדער אינצווישן) קריס מעדזשעט (נאמען פון איינע פון די באריכטער'ס) וועט אונז גיבן א לעבעדיגן באריכט (אזא אויסדרוק, עס איז עכט נישט לעבעדיג)
קריס מעדזשעט: די בריקן זענען פארשפארט, די טונעלן זענען פארשפארט, די וועגן זענען פארפלייצט, נאר דער לינקאלן טונעל איז סימבאליש אפן (נישט אז מ'פארט דארט, ארום און ארום איז אויך פארשפארט מ'קען נישט צוקומען סיי ווי) אלע ראוד'ס זענען פארקלאפט, אונז זעה מיר פאר אז עס וועט אזוי אנהאלטן פאר די איבערבלייבענישן פון דעם נאכט (ס'איז נאך אנהייב נאכט ער רעדט נאר ווי א צולייגער...) און אונז ווייס מיר נישט ווי לאנג נאך (נו אז ער ווייסט נישט קען איך דאך אויך רעדן? דאס איז שוין א אלטע קשי' פרעג עס נישט קיינעם מ'וועט לאכן פון דיר)
אויך די MTA (דאס איז די באן סערוויס) איז געשפארט ביז ווען מ'וועט לאזן וויסן ווייטער.
מיר וועלן יעצט גיין לעבעדיג (כנ"ל) צו ...... (איך געדענק נישט זיין נאמען, עס קלונגט פראנצויזיש) וועלכער וועט אונז געבן א באריכט איבערן וועטער.
...... (כנ"ל) עס איז זייער ווינטיג, זייער בלאזעדיג, עס ווערט נאר ערגער, די אויג פון די ווינט איז יעצט אראפגעפאלן, און די זאמד פון די טייכן גייען ארויף אין די לופטן, עס זענען דא גרויסע וואלן (נישט די וואוט'ס - כוואליע'ס וואסער מיינט ער) און עס איז א שרעקליכער מצב אין געוויסע ערטער, די וועטער וועט נאר ווערן ערגער פאר די איבערבלייבענישן פון די נאכט (כנ"ל) און די ווינטן וועלן זיך אפילו שפירן אסאך ערגער (ער מיינט צו זאגן "מיר וועלן שפירן די ווינטן" די ווינטן אליינס שפירן גארנישט) וכו'.
אזוי גייט אן דער לעבענדיגער באריכט און דאן קערט מען זיך אים צו נייעס אזוי:
סי בי עס ניוס דאס איז פיטער מאלאווסקי (נאר א משל)
עס איז א שווערער וועטער אין די טריי סטעיט עריע (דא וואו אונז וואוין מיר און ארום) עס איז פארשפארט אלע גאסן, און עס פאלן ביימער, און עס זענען שוין דא 5 קרובים פון די ווינט טויט (נישט קיין עכטע קרובים, ער מיינט צו זאגן זיי זענען טויט לשיטתי' וועגן דעם ווינט - וועל דיר אמאל מסביר זיין באריכות)
און אזוי איז ער מאריך בדיבור איבערן וועטער און די טרעפיק באופן נאה מיט אסאך דעטאלן ביז עס ווערט 8:48 און דאן הערט מען ווידער
8:48 טרעפיק און וועטער אויפן אכטער.... און מפטירין כדאתמול מ'הייבט אן פריש.
חזק חזק ונתחזק
איך האב געפרעגט מיין חבר וואס איז די חילוק צווישן די צוויי רעפארט'ס אז ביידע רעדן פון די וועטער און טרעפיק א גאנצן צייט, האט ער מיר געענטפערט: אין משיבין על הדרוש
ווען איך האב אים געפרעגט פארוואס דארף איך הערן אז יעצט בלאזט א ווינד פון די ראדיא? צו קען איך עס נישט אליינס שפירן?
האט ער מיר געענטפערט: עס איז קיינמאל נישט די זעלבע ווען עס איז א צרת רבים.
אויב שפירט איר אז איר האט הנאה פון דעם רעפארט און איר דארפט יא הערן פונקטליכער קען איך אים בעטן נאך איינס, עס זעהט נישט אויס ווי עס איז אנדערש ווי דער אויבנדערמאנטער באריכט.
זייט מיר געזונט