נאך די נעכטיגע שרעק, אנגסט, אנגעצויגנקייט, מסירות נפש, העראואיזם, שטעלט איר זיך אודאי פאר וואס איך האב אלס צוזאם געחלומ'ט די נאכט, איך בין געווען אויף ברידזשעס, געהאנגען פון בילדינג'ס, געשווימען מיט ברוכווארג, און געלאשן פייערן, און אלעס אינמיטן א חתונה, וואס אויף די אנדערע זייט איז א שפיטאל, מיט א קליינע רעסטוראנט ווי מיינע חבירים לערנען די הוראה...
אבער דאס ארגסטע איז געווען צופרי ווען איך האב שוין געהאלטן נאכן זיך דערוועקן פינעף מאל און נישט וויסן דעם זייגער צו ס'איז טאג נאכט אדער פארטאגס, און ביים צוריק איינשלאפן האב איך שוין געזעהן א ויחלום שנית וואס איז ווערט א באשרייבונג.
איך זעה מיך אויפשטיין און נעמען מיין טלית ותפילין צום דאווענען, און קומענדיג צום טיר קען איך עפעס נישט עפענען דעם טיר, איך רוק איך דרוק, איך דריי, ביז דער טיר פראלט אויף און איך טרעף מיך נישט מער און נישט ווייניגער אז איך בין ביי א צווייטן אין די דירה, טיר צו טיר, מיין הויז זעהט אויס האט פונעם ווינט געכאפט א רקידה און זיך געשטעלט אויף איינעם'ס שטיגן טיר צו טיר. (נישט עכט – איך חלום נאר)
איך זעה קעגן מיר שטייט א אידל און פרובירט אויך ארויסצוקומען פון זיין הויז מיט טלית און תפילין, אונז באמפ מיר שיער אריין איינער אין צווייטן און ער קוקט מיך אן ווי איינער פרעגט: קען איך אייך העלפן? און איך קוק אויף אים ווי איינער ענטפערט: ר' איד די באמערקסט אפשר אז ס'איז פאנני אז מיין הויז איז אויף דיינע שטיגן? אפשר לייגסטו צו א האנט?
דער איד שפאצירט ארויס ווי איינער גייט אין שול אריין, און ער כאפט זיך אז אה, דא איז דא א פראבלעם, עס איז נישטא קיין וועג ארויס, אונזערע הייזער שטייען פנים אל פנים. ער דרייט זיך אויס און זאגט ר' איד! לאמיר גיין פון די בעק טיר, און אזוי וועל מיר רוקן די הייזער וכו'.
מיר שפאצירן צום בעק טיר, און מ'עפנט אויף און.... דארט שטייט א אידל פונקט ווי דא, און פרובירט צו עפענען זיין טיר, און אזוי מאכט זיך אז אונז זענען מיר איינגעשפארט אין א הייזקעלע מיט א גאנץ געזונדל, און נישטא קיין וועג ארויס.
מ'זיצט און קלערט וואס צו טון? ערשטנס דארף מען טעלעפאנירן די מצילי אש, און זעהן וואס זיי קענען טוהן, און דערנאך קאלט מען חבירים, און הצלה, און אזוי ווייטער, אלע זאגן אז די איינציגע וועג ארויס איז צו ווארטן ביז די אינסטאנצן קענען קומען און רוקן די הייזער, און ביז דערווייל וועט מען אונז אריינגעבן דורכן פענסטער אונזערע געברויכן...
יעצט כאפ איך מיך הערשט פארוואס איך האב געהאט אזא בייזן חלום, ווייל איך האב נעכטן א גאנצן צייט געקלערט וואס וועל איך טון אויב איך שטיי אויף צופרי און איך קום ארויס פון הויז און איך ווייס נישט אויף וועלכע גאס ס'האט געפארקט און וויאזוי אנצוקומען אין ביהמ"ד, נו! זאגן דאך די חכמים: וואס מ'טראכט בייטאג חלומ'ט מען ביינאכט.
(ס'איז נישט אינטערסאנט די איבריגע חלק פונעם חלום, איך האב מיך אויך אויפגעוועקט אינמיטן, און א האלבע מעשה האט נישט געשטימט... סאו פרעגט מיך נישט קיין קשיות)