יא אמת! די שמחה איז גרויס! איך בין געווארן א שר חמשים ומאתים... אבער אזוי צו צושטערן אזא גרויסן טאג ווי ווערייזאן ווייערלעס איז ממש נישט דערהערט געווארן.
איך קאל אן מיין חבר וועלכער איז געווען פון די מציעים אז איך זאל זיך שאפן א ניק אויף אייוועלט, און ער האט מיר אנגעוויזן וויאזוי מ'דארף עס נוצן און וואס עס מיינען די אלע העברעאישע ווערטער ווי נושא אשכול תגובה וכו'. און עס איז דאך נישט מער ווי יושר אז איך זאל אים לאזן עסן די פירות פון זיין ארבעט...
עכ"פ רוף איך אים אן און זיין טעלעפאן קלינגט.... און קלינגט.... און קלינגט..... (עס איז דא א ספעציעלע טאון וואס האט גארנישט צו טאן מיטן עצם קלינגען עס איז נאר געמאכט לערבב... און פון דעם ווייסט מען אז עס קלינגט....)
און אט הער איך....
Your call has been forwarded to a automated voice massaging system ////// is not available after toon pleasee record your massage when you are finish recording you can hang up or you can press pound for more options.
ביפ.....
און דאן הער איך מיין חבר לאזט א עקסטערן מעסעדזש קלאר שטייט און רואיג: א גוטן איר האט גערופן ....... אויב רופט איר צוליב ביזנעס ביטע רופט מיך ווען איך טרעף א דזשאב, אויב איז עס פערזענליך פליעז רופט מיך אויף מיין היים טעלעפאן ....... אדער קענט איר לאזן א מעסעדזש נאך די ביפ.....
פרעג איך אייך: ווי איז די יושר? א מענטש קען דאך אויסגיין פאר הונגער פון די לאנגע מעסעדזשעס! ווי איז דאס ביסל רחמנות? וואס וואלט געווען אויב איך האלט מיך אינמיטן דערטרונקען און איך דארף העלפ?
וואס איז אויב בין איך פונקט ביים אונטערסעקשאן און איך דארף דירעקשאן'ס ווי זיך צו דרייען, און קאר'ס פייפן אונטער מיר???
וואס איז אויב איך שטיי פונקט 1 מינוט אוועק פון מיינע 450 פריפעיד מינוטן און דא גייט מיר אויס די גאנצע מינוט אויף דיין מעסעדזש סיסטעם???
איך קען נישט פארשטיין! וואס איז דא רוסלאנד? אז מ'באצווינגט מענטשן צו שטיין אויפן טעלעפאן צו לאזן הערן א נערי'שן מעסעדזש?
איין מזל האב איך אז איך האב געקאלט פון א קארדלעס טעלעפאן האב איך מיך נישט געשטיקט פון הענגען אזוי לאנג אויפן ווייער....
וואס זאגט איר? איז דאס א וועג צו באהאנדלען א שר חמישים ומאתים?