איך בין א איד פונקט ווי אייך און איך בין פארקניפט און פארבונדן מיט זייער אסאך אידן וואס מיט די קשרים, האף איך אייך צו קענען העלפן אנקומען צום ריכטיגן ציל.
אין דעם פאלגענדען אפליקאציע, סיי אויב איר זוכט א נייעם דזשאב. סיי אויב איר זוכט דאס ערשטע מאל, און ווי אויך אויב איר האט א ביזנעס וואס איר זוכט אויפצוברענגען.
אפילו אויב האט איר נאר א געדאנק וואס איר שפירט דאס וואלט אייך געווען להצלחה, נאר איר קענט מאיזה סיבה שהוא נישט ברענגען מכח אל הפועל.
מיין ציל איז צוזאם צו ברענגען א האמער מיטן נאגל, א אינוועסטאר מיט א איידיע, א ארבעטער פאר אן ארבייטסגעבער, און א קאריערע פאר אן ביזנעס אריענטירטער מאן.
די איינציגע באצאלדונג וואס איך פארלאנג אויב בין איך מצליח אייך צו ברענגען צום תכלית אפילו איין טריט נענטער, איז: פרסום! כדי צו ברענגען אנדערע זאלן אויך מיטטיילן וואס זיי זוכן אדער דארפן, און אזוי ארום קענען מער מענטשן געהאלפן ווערן.
איר דארפט דערציילן אייער הצלחה אויף "אייוועלט" אזוי אז אנדערע זאלן אויך פארשטיין וואס אונזער ציל איז (פארשטייט זיך איר דארפט נישט און זאלט נישט ארויסגעבן אייערע פריוואטע ענינים, ווי נאמען אדער אנדערע זאכן וואס קענען אייך פערזענליך אידענטיפיצירן, עס איז קעגן אייערע אינטערעסן און נישט דאס איז דער תועלת)
מיט דאנק פאראויס
זאלץוואסער
וויכטיגע אינפארמאציע