אלס א נייער מעמבער אויף איי וועלט וויל איך נעמען די געלעגנהייט אייך צו געהעריג באגריסן. איך קלער אז נאך 100 תגובות איז שוין די צייט זיך צו באקענען מיט אייך. ווי פארשטענדליך איר חברים וואס איר זענט שוין שרי האלפים וואלט זיכער פאסיג געווען זיך געהעריג צו אדרעסירן, אבער איך קלער איר האט דאס שוין זיכער געטון אינעם עבר ווען איך בין נאך געווען פארוואגלט און נישט געוואוסט אז א קרעטשמע איז פארהאן ווי יעדער איד נישט קיין חילוק זיין סייז פארטיי, אדער יארגאנג איז וועלקאם.
איז פאר אלעם א גרויסן ישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע, דא אין אייוועלט, איך האף נאר אז מיינע נאענטע אין ריעל לייף זאלן שוין אנהייבן איינצוזעהן וויאזוי זיך צו מיר באפאסן.
אויב זענט איר שוין אמאל געווען אויף א ביזנעס מיטינג, אדער אנדערע קאנפרענצן ווי מענטשן פון זעלבן סוג אדער אינדוסטריע נעמען זיך צוזאם און דיסקוסירן ענינים וואס פאראינטערסירט זייער פראקטיק. איז די ערשטע אנגענומענע איינפירונג אז יעדער שטעלט זיך אויף און זאגט אפאר ווערטער איבער זיך, און דער מאדערעטער אדער קאארדינעטאר, אדער וויאזוי איר ווילט אים רופן לייגט אראפ די כללים, וואס מ'זאל זאגן כדי קיינער זאל נישט האלטן א שעה דרשה. און ער שטעלט ארויס די כללים ווי למשל: יעדער זאל זאגן זיין נאמען, זיין ארבעטס ארט, זיין פאזיציע, און וואס ער גלייכט פאר א ספארט אדער וואס ער טוט פאר א האבי וכו'.
און אזוי שטעלן זיך אויף עולם גולם און יעדער פרובירט צו זיין קריעטיוו, און אויפקומען מיט אינטערסאנטע וועגן ווי זיך צו פרעזענטירן. און ווען יעדער טוט דאס קען מען שוין בערך זעהן מיט וועם מ'האט דא צו טון: למשל מ'קען באמערקן די וואס זענען מער צו די נארישע זייט און רעדן צו סאך (איך דערמאן מיך פון מיין שפיגל אינדערהיים) דערנאך זענען די שטילע וואס ווילן זיך זעהן צוריק זיצן, און יעדער זאל אראפנעמען די אויגן פון זיי, און נאכדעם די וואס פרובירן צו עקטן אזוי ווי זיי האבן באמת וואס צו זאגן נאר זיי זאגן נישט אלעס, די רוף איך אן די נערנים וואס נער'ן זיך אליינס. וכהנה.
לענינינו: איך האלט אז אפילו אויב קיינער דא וויל נישט זייער געהעריגע נאמען אויף די וועלט דא, זאל מען זיך כאטשיג אינטראדוסן מיט אביסעלע לעבהאפט. וזה החלי:
איך בין א אינגערמאן וואס האט ב"ה פרנסה, אבער אינדערזייט האב איך א שטארקע רייץ צום שרייבן, און איך האב שטארק אדאפטירט דעם קנ"ה לך חבר, און דערפאר ווען איך בין געוואויר געווארן פון די "קרעטשמע" האב איך זיך גראד ארויפגעסיינט. איך האב גענומען דעם נאמען "זאלץ וואסער" פאר 3 טעמים: 1. קיינער האט עס נאך נישט געהאט 2. עס איז אין איינע פון די וועגן עם הכולל במספר קטן ומספר גדול א"ת ב"ש וכו' בגי' מיין עכטן נאמען 3. ווייל ביידע סיי זאלץ און סיי וואסער זענען א סימן פון פרישקייט, און דאס דארף מען אלס פרובירן זיך צו האלטן...
נו! איר קענט נישט אזויפיל טון און ארויף לייגן אביסל איבער אייך? ווי למשל וואס האט אייך געברענגט אהער? וואס זענען די זאכן וואס איר גלייכט צו רעדן אדער שרייבן וועגן, און מער פון אלעם פארוואס האט איר געקליבן אייער ניק נאמען...
ומכאן הקריאה יוצאת: לאמיר זיך באקענען!!!
איך מיין נישט צו זאגן איר זאלט זיך קוויטלען אויף איי וועלט מיט די מאמע'ס נאמען, אבער אביסל א אנגעהערעכץ פון ווער רעדט צו וועמען וואלט באמת געווען א שיינע זאך...
און אויב ווילט איר וויסן מער איבער מיר קענט איר פרעגן, איך האלט אז דאס איז א קאנווערסעישאן וואס דארף זיין, און וועט אריינברענגען א לעבהאפט אין די "אייוועלט".
און צו די מערכת: אויב טאר איך נישט טון דאס דאן פוילט אייך נישט איך בין אייך מתיר נדר אראפצונעמען דעם אשכול און מיר עס אהיים שיקן, איך וועל אייך צאלן דעם סטעמפ. אבער איך זעה נישט וואס עס קען שאדן מ'זאל זיך צונויף רעדן....
ישר כח
אייער'ס
זאלץוואסער
נ.ב. און אויף די שאלה פון: האחד בא לגור ולשפוט שפוט? וויל איך אייך ענטפערן: א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל...