-געווען געשריבן אין דער בלאט פ' בחוקותי תשע"ד -
גאסט עדיטאריעל
עס רודערט זיך אין שטאט, מ'דיסקוסירט דעם נוגענדן פראבלעם פון דירות, ווי דאס ווערט מער און מער א ערנסטער געפאר פארן וואוקס פון חרדי'שן אידנטוהם, עס בארירט אין די הייקאלע איידעלע נפשות און נעמט אוועק די אזוי געגארטע ביסעלע מנוחת הנפש אין א אידיש שטוב.
מאנכע רעקאמענדירן מ'זאל זיך אוועקציעהן, אנדערע רעדן פון אויסציהען די גבולים, און רובא דרובא קענען נישט נעמען די חושים און זיך זעהן ארויס פון דעם פלאנטער.
אזוי רעדנדיג צווישן פריינט אין א ווייטאגליכן שמועס איבער די טעמע, רופט זיך אן מיינס א ידיד מיט גרויס ערנסטקייט: ווי נישט ווי איז די שטאט דאך א בעסערער פלאץ צום וואוינען, עס איז דאך דא עפעס א חן אין דעם "סיטי לייף"...
איך האב שוין ווייטער דעם שמועס נישט געהעריג מיטגעהאלטן, איך בין געווארן פארכאפט אין דעם ווארט "סיטי לייף" און זיך געוואלט פארשטעלן די גרויסע הנאה דערפון, כדי פון היינט און ווייטער צו קענען געהעריג נהנה זיין פון מיין פארשטופטע דירה אין הארץ פון "סיטי לייף".
איך זיץ פאר'חלומ'ט און זעה זיך אין קאר זוכנדיג פארקינג ארום מיין אייגענע דירה, און איך זעה אז די פאר ליידיגע פארקינג פלעצער האבן די שטאט טאטעס באראקירט מיט פאמפס און "נאו פארקינג" סיין'ס.
איך זעה זיך פארקן אין א פארשטופט געסל, און איך בין פארנומען אוועק צו באהאלטן דעם דזשי פי עס אז א באנדיט זאל זיך נישט פארגלוסטן א זעץ אין פענסטער. איך לויף אראפ און ארויף דעם גאס צו זעהן אויב איז נישטא עפעס א באהאלטענע סיין וואס וועט מיך קאסטן א פופציגער, צו שטיצן מיין "סיטי לייף".
איך זעה זיך צופרי לויפן מיטן טלית ותפילין, אראפ אלע 108 שטיגן פון 5טען שטאק ווייל די עלעוועיטאר איז פארנומען ערגעצוואו אויף איינע פון די שטאקן ווי א מאמע קען נישט דערזעהן די קינדערלעך אריינפלאצירט דערינען, און ביים גאס טיר ווארט מיך אפ דריי מנינים פרויען, און א תלמוד תורה מיט קוויטשעדיגע קינדעלעך, אה ווי לעכטיג, נאר איך קען זיך נישט דורכשלייכן דעם גערויש, אן קיין עקסטערע הנאה פונעם "סיטי לייף".
איך זעה זיך לייענען קרי"ש שעל המטה 1 אזייגער ביינאכט, נאכן דורכגיין דעם געפילדער פון פעדלערס און געשעפטן וואס פארזיסן דעם "סיטי לייף" אזוי שפעט אינדערנאכט, און איך וויל שוין גיין שלאפן, אבער די סיטי באסעס מיט די סיטי גארבעדזש טראקס און אלע אנדערע ממתיקי ה"סיטי לייף" ארבעטן מיט פארע מיך צו האלטן ביים געוויסן. ווי נעמט מען א רואיגן שלאף? ווער ברויך עס דען ווען איך האב "סיטי לייף"?
איך זעה זיך אין קאר פארנדיג צו די ארבייט, נישט מער ווי א צוואנציג מינוט רייזע זאגט מיין שקרן דער דזשי פי עס, ער ווייסט זעהט אויס נישט אז איך בין א גליקליכער איינוואוינער פון "סיטי לייף"! ער אנערקענט נישט אין די דאבל פארקירטע טראקס, און באסעס, וואס סיטי לייף אנטשפרעכט.
איך קלאפ זיך שיער אן אין א פארנדיגן פויער אויף א ביציקל מיט העדפאוןס און העלמעט, וואס פארט זיך מיט אזא גאוה גרייט אפי' פאר א מיתה משונה אינטער אנלויפנדע קארס. וואו קען מען דען פארזעהן אזא מין הנאה פונעם "סיטי לייף"?
דער מעקסיקאנער מיטן באקס בייק וואס דעליווערט אויף די סיידוואלקס און פארט מיט זיין הונדערט יעריגן בייק טראק צווישן די שמאלע פאסן צווישן די ארויסגעלייגטע גארבעדזש און מאמעס מיט קערעדזשעס דערמאנט מיך אז אין מעקסיקא זוכט מען אויך צו זיין א חלק פון מיין שיינעם "סיטי לייף".
די פולע גאסן מיט טעקסי און יאפפי'ס און די הונט געמויזעכץ ביים ווינקל, איז אויך נישט א זאך וואס די פארמערס פון די דערפער האבן, בין איך דאך א גליקליכער תושב פון דעם גלאררייכן "סיטי לייף".
די אויסשטעלונג פון חאלאזן און חאלאזקעס פון יעדן סארט און ראסע וואס איך באגעגן אויף די שטאטישע גאסן, די נידריגע פאטריקאנער, און די הויכגעשעצטע איטאליענער, וועלכע זענען אויך א פרייע אומבאצאלטע בענעפיט פאר אונז שטאטישע איינוואוינער מאכט מיך צוויי מאל קלערן צו איז דאס טאקע דער אזוי גערופענער "סיטי לייף"?
אלזא איך דערוועק זיך און פרעג מיין חבר: וואס האסטו נאר געזאגט וועגן סיטי לייף???
אמת, וואר, אז אנטלויפן פון די שטאט איז נישט קיין אפציע פאר יעדן, אבער מיין וואונדער איז, צו בין איך אזוי אומבאוואוסטזיניג, אדער אומערוואקסן, אז איך פארשטיי נאך נישט די מעלות פון "סיטי לייף"?
איז דער אומ-חן פונעם סיטי לייף אין מיינע אויגן, א פעלער אין פארשטאנד? אדער אפשר איז שוין צייט זיך צו דערוועקן פון דעם נארישן חלום אז סיטי לייף גיבט צו צו אונזער לעבנסשטייגער?
אינעם נישט ווייטן פארגאנגענהייט אין די אלטע היים איז א שטאטישער מאן געווען גליקלעכער פונעם דארפסמאן, ער האט געהאט מנין צום דאווענען, ער האט געהאט א רבי'ן אדער א מגיד און דיין וועם צו הארכן, און דער דארפסמאן איז געווען פארגרעבט, אומוויסנד, און נאר אין בעסטן פאל געדאוונט מיט מנין אין די הייליגע טעג.
איז דאס נאך אלס דער פאל? זענען אונזערע ברודער אין מאנסי, לעיקוואד, אדער קרית יואל, פארגליכן צו דארפסלייט קעגן אונז גליקלאכע סיטי לייף איינוואוינער?
עס איז ביי מיר קלאר אז דער דערהער פון אויפהייבן זיך און אנטלויפן פון די שטאט איז עטוואס איבערגעטריבן צו פארלאנגען פון יעדן, און איז נישט אפילו געאייגנט פאר יעדע משפחה, אבער עס איז פאר אנדערע סיבות וועלכע זענען אומפארמיידליכע מניעות, סיי מצד די משפחה סיבות, סיי מצד די פרנסה, אדער אנדערע ריכטיגע מניעות, עס איז אומריכטיג צו פארלייגן אז יעדער וואס וואוינט אין די שטאט טוט אן אומרעכט, אבער קענען מיר באמת אנווייזן די ריכטיגע סיבה? אדער מוזן מיר זיך נער'ן מיט וואנזיניגע בארעכטיגונגען א שטייגער ווי "סיטי לייף"?!
ווען איך מאך דעם סך הכל וואס סיטי לייף גיבט צו צו מיין לעבן קומט אפיר א גאר גרויע בילד:
פריצות
בייק לעינס
פארקינג פראבלעמען
קליינע דירות
פאנטאסטישע פרייזן
שמוציגע גאס
ועוד.
איך וועל נישט אוועק מאכן די מעלות נשגבות וואס די שטאט האט.
בתי מדרשים אין יעדן ווינקל
אלע סערוויסעס וואס מ'קען נאר וועלן
געשעפטן אפן צו יעדע צייט (מעלה? אדער חסרון?)
חסד ארגעניזאציעס פון אלע סארטן.
ועוד.
דעריבער איז נישט אויסגעשלאסן אז די שטאט איז א גוטער פלאץ צו וואוינען פאר די וואס האבן בארעכטיגטע ווידערווילן צו פארלירן געוויסע בענעפיטן פון די גרויסע שטאט, אבער צו איז דען דער תירוץ, "סיטי לייף"?
איז סיטי לייף א באגנוגענדער ענטפער פאר דעם דירות פראבלעם?
איז סיטי לייף א ענטפער פאר די שמוציגע גאסן פראבלעם?
איז סיטי לייף א ענטפער אויף די יעדן טאגיגע פארקינג פראבלעמען?
איז סיטי לייף א ענטפער אויף די בייק לעין'ס?
זענען מיר נישט אביסל נעריש צו וועלן בלייבן מיט די פארפעסטעטע לופט פון די שטאט ווייל אפשר וועלן מיר נישט טרעפן א גראסערי אפן 4 אזייגער פארטאגס?
איז נישט מאדנע די טענה אז סיטי לייף איז בעסער ווייל דער גערויש איז אלס אנגייענדיג? איז דאס אפשר גאר א חסרון?
לאמיר זיך אלע עלטערן אין פריידן, און וואוינען וואו אימער עס איז אונז פארשריבן, אבער עס איז אומריכטיג צו נוצן "סיטי לייף" אלס א שלאג-ווארט און פארענטפערונג צו אונזער פראבלעם.
זאל דער גלות הדירות שוין זיין דער לעצטער און מיר זאלן זיך בקרוב אריינציעהן אין די הערליכע הייזער און פאלאצן אין ירושלים עיר הקודש מיט משיח'ן אינאיינעם בקרוב בימינו אמן.