דער בנין שטייט גרייט, עס איז א מעכטיגער בנין, געבויט פון טייערסטן מאטריאל, אלעס איז פיקס פארטיג, די ערשטע איינווואוינער ציען זיך אריין און מאכן זיך באקוועם אין די הייזער, עס רודערט זיך פון אלע זייטן, און די שטובער ווערן אנגעפיהלט צוביסלעך מיט לעבעדיגע און לוסטיגע קינדערלעך וועלכע ברענגען אריין א חיות אין בנין.
אלעס שטעלט זיך אפ ווען פלוצים זעהט מען פון איין ווינקל פון דאך פאנגט אן צוביסלעך אריינצורינען וואסער , און פון די טראפעלעך ווערט מער און מער, דער מצב ווערט אומעטיג, עס ווערט פון נאס נאסער, און פון א טראפעלע וואסער רינט שוין גאלאנען, מ’ווישט מ’שארט, מ’לייגט אונטער עמער’ס און מ’קען זיך גאר קיין עצה נישט געבן מיט דעם נייעם געשאפענעם גאר ערנסטער פראבלעם.
די איינוואוינער שטייען פארלוירן, מ’רופט דעם בויער, מ’שרייט געוואלד, וואס טוט זיך דא? פאר דעם האמיר געצאלט? אזא טייערע דירה, אזויפיל געלט געצאלט, און דא קוק וואס דא גייט פאר, אלעס איז נאס אלעס ווערט חרוב. געוואלד.
דער בויער, מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט איז מסביר פאר די איינוואוינער, איר טוט אלע איבערטרייבן. אויב קוקט איר גוט וועט איר זעהן אז מ’האט אייך גארנישט אפגענער’ט, די דירה איז הערליך, געמאכט פון שענסטן האלץ און טייערסטע מעבל, די פאנאראמע פון פענסטער, די שיינע גלאז, די הערליכע באלאטעס, דאס אלעס קאסט געלט פאר זיך, סך הכל האמיר פארגעסן צו ענדיגן דעם פלאמבינג אין בנין, וואס דאס איז נאר א קליינע חלק פון די געלט וואס איר האט געצאלט, אלזא וואס שרייט איר? סך הכל דארפט איר צוריק די קאסטן פון די פלאמבינג? לאמיר פארהאנדלען…
פארשטייט זיך אז דער רעש און אויפברויז איז ארויף אויף די העכסטע טענער, א מין אומדערהערטע חוצפה , גיב אונז צוריק דאס געלט! וואס איז דאס א בנין אן קיין פלאמבינג? ווי קען מען אזוי לעבן?
וועל מיר איבערלאזן די מחלוקה פאר די דיינים צו פסק’ן און מיר וועלן נאר ציעהן פאראלעל צו וואס די ספרים הק’ שרייבן אויף די וואכעדיגע פרשה.
כל המצוה אשר אנכי מצוך היום תשמרון לעשות.
די ספרים הק’ שטעלן זיך אויף דעם לשון יחיד פון “כל המצוה”, שרייבט דער הייליגער אור החיים אז דער ענין איז צו דערמאנען דעם איד אז די מצות התורה זענען געקניפט און געבינדן איינע מיטן צווייטן, און א מענטש קען נישט זיך פארלייגן אוף איינע אדער עטליכע פון די מצוות, און דערנאך פארנאכלעסיגן אין אנדערע מצוות וועלכע זעהן אים אויס צו זיין ווייניגער וויכטיג.
די הייליגע תורה איז איינס, די אלע מצוות זענען איינס, און מ’קען נישט טוהן דעם רצון הבורא אויב טוט מען נישט אלע מצוות און מ’איז מקפיד אויף יעדע מצוה און עבירה צוגלייך.
דאס ביסעלע פלאמבינג איז אפשר נישט מערקבאר פון אינדרויסן, עס זעהט זיך אויס ווי דער בנין שטייט פעלזן פעסט און אזוי שיין געבויט, אבער אויב פעלט נאר א קליין רינגעלע אין דעם קייט פון קופער וואס דאס וואסער און אפלויף לויפט דערין איז דער בנין ווערטלאז, מ’קען דערין נישט וואוינען.
דאס לערנט אונז די הייליגע תורה, כל המצוה, עס איז איין גרויסער בנין, עס איז איין גרויסע מצוה, מ’דארף מקפיד זיין אויף אלע צוגלייך.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו דינען און טוהן זיין ווילן מיטן גאנצן הארץ און זוכה זיין צו שלימות עדי ביאת גוא”צ בב”א.