עקב ע"ז
שטייט די בעל הבית'טע און ווארפט באפעלן , די משרתות זענען יעדער פארנומען מיט זייער ארבייט, דעם גביר'ס פאלאץ ווערט אויפגערוימט לכבוד די בעפארשטייענדע שמחה. זי גייט פון שטוב צו שטוב און זאגט אן די באדינערין'ס מיט אירע באפעלן, איך וויל נישט זעהן קיין ברעקל אויף דער ערד, אזוי ריין זאל זיין דאס שטוב.
אלע פרובירן צופרידן צו שטעלן די קעניגן פון די שטוב, זיי ווילן קענען ווייטער קומען דא אנהאלטן זייערע פאזיציע'ס, אבער אין איינע פון די שטובער ארבייט די באדינערין עקסטער שווער, און קען זיך נישט צוזאמקלויבן פון די שווערע ארבייט, נאך 2 שעה ביטער שווערע ארבייט נעמט זי זיך די מוהט און גייט אריבער אין אנדערן צימער און פרעגט די אלט געזעסענע באדינערין וועלכע קען זיך שוין בעסער אויס אין שטוב, וויאזוי גיבסטו דיך אן עצה מיט די קליינע ברעקעלעך זיי זענען דאך אזוי שווער צו טרעפן אין דעם גרויסן באלאגאן?
וואס הייסט? ווען איך האלט שוין ביי די ברעקלעך בין איך שוין פרייליך, איך גיב א וואש איבער און אלעס גלאנצט ווי די בעל הבית'טע וויל. לאמיך זעהן וואס דו טוסט דארט און וויאזוי איך קען דיר העלפן.
אריינקומענדיג אין צימער זעהט זי אלע שמוץ, אלע כלים צעווארפן ווי מ'וואלט ווען דא קיינמאל נישט געארבייט, וואס טוסטו שוין איבער צוויי שעה אין דעם שטוב? עס דערקענט זיך דאך גארנישט?
וואס הייסט וואס? איך זוך ארויס די ברעקלעך פון אינטער די גרויסע שמוץ, און פון אונטער די אנגעווארפענע כלים. איך האב קלאר געהערט די הארינטע האט פארלאנגט אז מ'זאל נישט לאזן קיין ברעקלעך…
פארשטייט זיך אליינס אז די ברעקלעך זענען אויך וויכטיג אבער דאס איז נאר אויב דאס שטוב איז שוין ציכטיג און ריין.
והי' עקב תשמעון.
די מפרשי התורה שטעלן זיך אז דער לשון והי' איז דאך א לשון פון שמחה, וואס קומט דאס דא מרמז זיין. בדרך תורתו פון אור החיים הקדוש ווערט ארויסגעברענגט אז די שמחה פון די אידן איז דער עקב תשמעון, ווען מ'ווייסט אז מ'האלט שוין ביי מקיים זיין אפי' די קליינע מצוות שאדם דש בעקביו,
א איד פריידט זיך מיט יעדע מצוה וואס ער איז זוכה צו טוהן, אבער וויפיל גרעסער איז די שמחה ווען ער קומט אן צום שלימות אז אפי' די קליינע מצוה'לעך וועלכע זעהן אים אויס אמאל קלענער ווי אנדערע מצות און ער פארשטייט נישט די חשיבות זענען אויך שוין אויפן וואגשאהל, ער איז זיך משלים אין יעדן ווינקל.
פארשטייט זיך אליינס אז נאר דעמאלס איז די שמחה גאנץ ווען אט די קליינע מצות זענען נישט דער עיקר נאר א חלק פון דעם שלימות מיט אלע אנדערע מצוות און מעשים טובים, יא ער דארף פונקט אזוי זיך משלים זיין מיט די ברעקעלעך אבער פון דעסט וועגן קען דער איד נישט אוועק קוקן פון די גרויסע און הארבע עשין און לא תעשה'ס, ער איז נאר דאן בשמחה מיט די מצות שאדם דש בעקביו ווען ער איז זיך משלים מיט אלעם, און ער לאזט נישט זיך פארפירן אז מ'פארלאנגט נישט פון אים מער.
ווי די תורה הק' זאגט ווייטער כל המצוה אשר אנכי מצוך היום תשמרון לעשות למען תחיון וגו', עס קען זיך אמאל דוכטן פאר א איד אז ער פטר'ט זיך מיט א געוויסע גוטע טאהט, און ער טראכט פון א בחינה פון הקב"ה ותרן חס מלהזכיר, ער טרייסט זיך אז ער איז א גוטער איד ווייל ער גיבט זיך אפ מיט די קלייניגקייטן וועט מען אים שוין מוותר זיין אויף אפאר פון זיינע שטארקע נסיונות.
זאגט אונז די הייליגע תורה ווען איז והי' א לשון שמחה אז עקב תשמעון ווען מ'טוט די מצוות שאדם דש בעקביו נאר ווען עס קומט צוזאמען מיט דעם כל המצוה אשר אנכי מצוך היום, עס דארף צו זיין א שלימות.
פארשטייט זיך אליינס אז יעדע מצוה פאר זיך האט א חשיבות אין הימל וואס מיר קענען נישט משער און מתאר זיין, אבער דער שטרעבן דארף זיין צום ריכטיגן שלימות וואס דאס ברענגט דעם ריכטיגן שמחה פאר א איד.
א גוט שבת