יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער וועשער מיטן ארבייטער

פתח הגליון · פרשת חקת

עס איז דער ערשטער טאג וואס דער נייער ארבייטער איז אריינגעקומען זיך אריין לערנען אויפן פאך, ער וועט פאר א וויילע דינען און נאכקוקן די טכסיסי ה'וועשעריי' און מיט די צייט וועט ער קענען אפי' איבערנעמען די גאנצע הלוך יילך ווען דער בעה"ב זיינער וועט נישט זיין דאהי.

שוין לאנג געדארפט ארייננעמען א פרישע פאר הענט, די קונדן ברענגען די קליידער און עס איז דא ארבייט איבערן קאפ. דער וועשער דרייט זיך ארום מיט די זייפן און רייב געצייג, און גייט פון געוואנט צו קלייד און ווייזט אן פארן נייעם ארבייטער וויאזוי א געלונגענער וועשער מאכט זיין ארבייט. ער צייגט אים ווי אויפן העמעדל איז דא א בלויע פלעק, און וויאזוי מיט זיין פראפעסיאנאלע עקספערטיז מיט אביסל פון די ריכטיגע סחורה און א רייב פון צוויי זייטן קומט דער פלעק אראפ איינס צוויי.

אט ווייזט ער אים ווי א גרעסערער פלעק וועלכעס מאכט חרוב א געוואנט ווערט מיט איידלקייט אראפגענומען מיט א צוזאמשטעל פון דריי ערליי זייפן און אפאר מינוט רייבן. דער ארבייטער קוקט מיט וואונדער, און קען שוין קוים ווארטן ווען ער וועט שוין קענען אליינס באווייזן די חכמה גדולה פון אראפנעמען פלעקן און מאכן די קליידער אויסקוקן ווי ניי.

נאך אפאר שעה ארבייט, דרייט זיך דער וועשער אויס און זוכט דעם נייעם ארבייטער, ער קען אים נישט טרעפן, ער שרייט אויס זיין נאמען מיט אימפעט, און הערט ווי פון צווישן דעם בארג שמוציגע קליידער ענטפערט ער צוריק מיט א פארטרויערטע שטימע. דער וועשער קוקט שנעל וואס ער טוט דארט, און ער זעהט ווי דער נייער וועשער זיצט מיט א בלויען געוואנט אין די האנט און רייבט מיט אלע כוחות און פארשידענע זייפן, אזש ס'בלייבט שוין באלד נישט איבער קיין סחורה אויפן קלייד עס איז פארשוועמט אין כעמיקאלן, עס צעגייט אין זיינע הענט.

דער ארבייטער קוקט ארויס פון זיין פארכמורעט ווינקל מיט א פארטרערטן אויג, איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר, איינער פון די קונדן האט אריינגעברענגט צוויי העמעדלעך, א ווייסן און א בלויען, ער האט געזאגט אז אויף ביידע איז ארויף גערינען בלוי מאטריאל וואס ער וויל איך זאל אראפנעמען, פונעם ווייסן האב איך עס שיין אראפגענומען, אבער פון דעם בלויען קען איך נישט בשום אופן אפי' א משהו ארפאנעמען פארוואס ווען איך רייב דעם קלייד מיט אלע כלים וואס דו נוצט און ביי מיר קומט נישט אראפ דער פלעק אפי' נישט קיין טראפ דערפון.

וואו איז דער פלעק? פרעגט דער בעה"ב מיט וואונדער.

וואס הייסט דו זעהסט נישט? דאס קליידל איז אינגאנצן בלוי, איך שטעל זיך שוין פאר וויפיל ארבייט דאס וואלט געדארפט נעמען, אבער אפי' נישט אביסל רירט זיך דער קאליר אראפ?

אוי וויי מיין טייערער, דו פארשטייסט אז דאס קליידל וואס האט א בלויען פלעק דאס קען מען אראפנעמען, אבער א קליידל וואס איז בלוי אינגאנצן, איז דאס וויאזוי עס באלאנגט, מ'קענן נישט אראפנעמען די נאטורליכע קאליר נאר דורך חרוב מאכן דאס קלייד??? עס באלאנגט בלוי…

זאת חוקת התורה פרה אדמה

די מפרשי התורה און אזוי אויך אין אוה"ח הק' די וואך ווערט ארומגערעדט איבער דעם ענין פארוואס ווערט דער פרה אדומה אנגערופן ממש אלס חוקת התורה, צו וואלט דען נישט בעסער געווען דער לשון חוקת הטהרה? נאר דער ענין פון טהרה דאס איז דער עיקר העיקרים וואס אין דעם איז תלוי דאס עצם מהות פונעם איד.

דער אוה"ח הק' איז מסביר אז נאר אויפן האניג קלעבן זיך די בינען און שרצים, און ווי ריינער א זאך אלס מער ווילן די שמוץ און טומאה זיך קלעבן דערויף, און דאס איז דער ענין פארוואס אידישע קינדער כלל ישראל דארף זיך היטן פון די טומאה, און א מת איז מטמא, ווידעראום א גוי איז נישט מטמא, וויבאלד ער איז כל כולו אומריין, דערפאר קלעבן זיך נישט אויף אים די חיצונים.

עס איז דאס שיין ווייסער קליידל ווען עס באקומט א פלעק, דאן איז שייך פארן וועשער איר צו וואשן און רייניגן, עס איז אינגאנצן אנדערש ווען דער גאנצער קאליר פון קליידל איז ווי דער קאליר פון דעם פלעק, עס איז נישט שייך צו רייניגן, עס איז א עצם מעצמו, עס באלאנגט זיך אזוי.

דער ריינער איד איז אזוי לויטער, זיין נשמה אזוי הייליג, ער מוז אכט געבן אז די פלעקעלעך זאלן נישט פארשמוצן זיין שיינקייט, און ח"ו דארום פארלירן דאס שיינקייט פון גאנצן קלייד. אבער אויב איז דאס גאנצער קלייד מיט א קאליר פון דעם פלעק איז דאך אפי' נישט שייך צו אנזעהן דערויף אדער פאררעכטן.