יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

קוק נישט אויף צוריק

פתח הגליון · פרשת יתרו

עס איז אינמיטן טאג ווען אין דעם גרויסן געשעפט איז דא א איבערפלייץ פון קונדן, און דער בעה”ב איז פארנומען איבערן קאפ, ווען פלוצלינג זעהט ער ווי א באנדיטל שפאצירט ארויס געמיטליך פון געשעפט מיט א שאכטל פון גאר טייערע סחורה. דער בעה”ב טראכט נישט צוויי, ער לאזט אלעס הפקר און לויפט נאך דעם באנדיט, ארומיגע צושויער העלפן צו צום כאאס מ’שרייט און מ’לויפט, און מ’זוכט צו כאפן דעם באנדיט.

אין דער זעלבער צייט ווען דער גאנצער בהלה האט אויסגעבראכן האבן זיך אויסגערעכנטערהייט אריינגעכאפט 2 אנדערע באנדיטן מיט וועם עס איז אזוי געווען אפגעשמועסט פון בעפאר, און זיי האבן אפגעטראגן מיט א גרויס פארמעגן פון געשעפט, און קיינער האט גארנישט באמערקט ביז ווען מ’איז צוריק געקומען פון דעם ערשטן נאכלויף, אבער דאן איז שוין געווען צו שפעט.

דער בעה”ב האט זיך געלערנט א גאר ווערדפולע און טייערע לעקציע, היטן אויף וואס מ’האט נאך, איז צומאל וויכטיגער ווי נאכלויפן דאס וואס מ’האט פארלוירן.

דעם משל זאגט מען נאך פון הייליגן ר’ יחזקא’ל מקוזמיר זי״ע און אויף די זעלבע בחינה ווערט געברענגט די וואך אין עבודת ישראל, אויפן פסוק וואס שטייט די וואך אין די פרשה, ועתה אם שמוע תשמעו בקולי, זאגן אונז חז״ל, אין ‘ועתה’ אלא תשובה, וואס איז טאקע פשט אז ועתה איז מרמז אויף תשובה, נאר דאס קומט אונז מרמז זיין אז די איינציגע וועג צו קענען ריכטיג צוקומען צו תשובה, איז אודאי אז מ’דארף חרטה האבן אויף די חטאים, אבער בעיקר צו מאכן א פעסטע קבלה אויף להבא און נישט קוקן אויף צוריק, ווייל אז מ’קוקט אויף צוריק, און מ’איז פארנומען מיטן עבר פארגעסט מען פון דעם עיקר וואס דאס איז דער עתיד אויף וואס מ’דארף ארבייטן צו פאררעכטן מכאן ולהבא.

ועתה אם שמוע תשמעו בקולי אויב וועט איר תשובה טוהן און פון היינט און ווייטער נישט זינדיגן, דאס איז דער לשון פון “ועתה” דאס האט א חשיבות אין דעם יסוד פון תשובה, אז מ’גייט פון יעצט און ווייטער מיט א פעסטע קבלה אויף להבא צו פאררעכטן און זיך פירן אין די גראדע וועגן מיט מצוות און מעשים טובים.

שטעלט אייך נאר פאר אויב די תנא ר׳ עקיבא וואלט ווען געקוקט אויף צוריק, וואס וואלט ער געזאגט פאר זיך, איך בין שוין 40 יאר אלט, און איך קען נישט נאכנישט קיין ווארט לערנען, ווי אזוי איז דען מעגליך אז איך וועל נאך אמאל אויפוואקסן א תלמיד חכם, ר׳ עקיבא האט נישט געמאכט קיין חשבונות נאר מיט א פעסטע באשלוס מחליט געווען ביי זיך, איך זעץ מיר יעצט לערנען עס אינטערסירט מיר בכלל נישט וואס איז געווען ביז יעצט, אט אזוי איז ער טאקע אויפגעוואקסן די הייליגער תנא ר׳ עקיבא.

דער הייליגער ר’ שלמה מ’קארלין זי״ע האט פארציילט, אז איינמאל אינמיט׳ן דאווענען איז געקומען צו אים די יצר הרע, און האט אים דערמאנט אלע מכלומר׳שטע עבירות וואס די צדיק איז נכשל געווארן, האט דער צדיק געקלערט ביי זיך אויב קומט דאס מצד הקדושה פארוואס קומט ער פונקט יעצט ביים דאווענען, פארוואס קומט ער נישט אינמיט׳ן עסן אים פארהאלטן ווי אזוי קענסטו עסן רואיג ווען דו האסט אזויפיל געזינדיגט, אלא מאי קומט עס פון׳ם יצר הרע, האט ער זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פון זיינער ווערטער, - דערפאר בעט מען יעדען טאג, והסר שטן - נעם אוועק דעם שטן וואס דאס איז די יצר הרע, מלפנינו - ווען ער קומט פאר׳ן זינדיגן, און רעדט צו דער מענטש אז ער זאל זינדיגן ח״ו, ומאחרינו - ווען ער קומט ווידער צוריק נאכ׳ן נכשל ווערן, און פרובירט אים צו צוברעכן און אים מייאש זיין פון תשובה.