יצחק אליקים הכהן שווארטץ
→ פתח הגליון
ארטיקלען

דער גרויסער מיניסטער

פתח הגליון · פרשת בשלח

אריינצוקומען אין פאלאץ פון קעניג איז נישט פון די גרינגע זאכן, צו קענען פארלייגן א בקשה דארף מען זיך ווענדן צו די שטאב, און אזוי גיין העכער און העכער ביזן גרויסן מיניסטער וועלכער איז דער הויפט געהילף אויפן געביט פון אוידיענצן ביים קעניג.

דער מיניסטער איז גאר א וויכטיגער פערזאן אין לאנד, ער האט דעם קעניג'ס צוטרוי, און אלע לאנדסלייט קלאמערן זיך צו אים צו קענען געניסן פון די גענאדע פון קעניג.

ויהי היום און דער קעניג איז געפארן אויף א וואקאציע אין אן ארט וואו די מויערן צווישן קעניג און פאלק זענען קלענער, מ'האט גרינגער געקענט זעהן און אנקומען צו רעדן צום קעניג. די ארטיגע איינוואוינער האבן גאר שטארק בענעפיטירט פון דעם גרויסן גאסט, עס איז זיי געגעבן געווארן א עהרע ווועלכעס איז א חלום פאר סתם אזוי בירגער. זיי האבן געקענט פארלייגן זייערע געבעטן דירעקט צום קעניג, זיי האבן געקענט זעהן דעם קעניג שפאצירן מיט די סוויטע אויפגעהייטערט און גוטמוהטיג.

איז אבער איין איינוואוינער געווען וועלכער האט זעהענדיג זיין אומגעהויערע געלעגענהייט, אז ער קען אנקומען צום קעניג אליינס אן קיין שום דורכגאנג פון די שרים ועבדים זיך גענומען גרינגשעצן אין די שרים, ער האט מיט גרויס חוצפה זיך באצויגן צום הויפט שר וועלכער איז געוויינליך פאראנטווארטליך איבער די אוידיענצן, און אפגעחוזק'ט אפן, איך דארף נישט דיינע טובות, איך רעד צום קעניג אליינס, איך בין אליינס א שר, אזוי האט ער זיך דערקלערט.

פארשטייט זיך אז ווען די ווערטער האבן דערגרייכט צום קעניג וועלכער האט געהאט זיין פוהלן צוטרוי אין זיין נאנטן געהילף האט דאס נישט קיין סאך געהאלפן פאר דעם אומוויסנדן פויער וועלכער האט מער צום קעניג נישט געהאט קיין צוטריט, און איז נאך שווער באשטראפט געווארן פארן ווידערשפעניגן אין שר של מלך.

ויאמינו בד' ובמשה עבדו, פארוואס פונקט דא ווערט אזוי שטארק ארויסגעברענגט די אמונה פון די אידן במשה עבדו?

די אידישע קינדער זענען געשטאנען ביים ים סוף זענען זיי געקומען צום גרעסטן מדריגה פון אמונה ויאמינו בד' ובמשה עבדו,

אודאי האבן זיי געגלייבט אין באשעפער, זיי האבן דאך געזעהן ממש בעין די גרויסע ניסים, ראתה שפחה על הים, א בחינה וואס די גרעסטע נביאים האבן נישט געקענט צוקומען.

אבער אין אזא צייט וואס א מענטש דערגרייכט אזא הויכע מדריגה אין אמונה, האבן זיך אידן אויך אויסגעצייכנט אין דעם ובמשה עבדו, זיי האבן נישט געקלערט אז זיי זענען אזוי גרויס און זיי קענען אליינס אויך, זיי האבן נישט מיט זייערע מדריגות פארלוירן דעם הכנעה און תמימות צו גלייבן אין משה אויך.

דאס לערנט אונז די פרשה די וואך, ויאמינו בד' ובמשה עבדו, ווען אידן האבן דערגרייכט אזא מדריגה פון אמונה בד' ובמשה עבדו, אז ישיר משה ובני ישראל, דאן האבן זיי געקענט זינגען די שירה צוזאמען כאיש אחד בלב אחד.

עס איז גרינג צו זיין א מאמין בד' ווען מ'זעהט דעם קעניג אליינס, ווען דער קעניג בתפארתו באווייזט זיך פאר זיינע עבדים, און ער גיבט זיי פון זיין גרויסן אוצר פנים אל פנים אזוינע הימלישע חסדים, און דאס וואלט נאך געווען א קליינער נסיון צו זיין א מאמין אין אזא צייט.

אבער דא איז צוגעקומען דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער, ויאמינו בד' ובמשה עבדו, אז דוקא אין די צייט ווען מ'האט געקענט צוקומען צו א פינטעלע גיאות, וואס זענען מיר ווייניגער? הקב"ה רעדט צו אונז אליינס, וואלט מען ח"ו געקענט פארמינערן די אמונה במשה עבדו, און מיט דעם כח האבן אידן זוכה געווען צו די אלע געהויבענע ניסים און צו זאגן שירה לד', די הכנעה און אמונה במשה עבד נאמן אין אזא צייט איז געווען א גאר געהויבענע מדריגה.

דאס לערנען מיר פון די אידן ביים דורך גיין דעם ים סוף, די אלע מדריגות וואס מיר זענען זוכה צו זיך מדבק זיין במדותיו, איז דורכן האבן אמונת צדיקים, און פארשטיין אז אט דער נאנטקייט איז טאקע א חסד פון השי"ת אבער דאס טוט נישט אוועק נעמען פון די גאר געהויבענע מדריגות וועלכע ווערן צו אונז געברענגט דורך די הייליגע שליחים וואס לערנען אונז את הדרך ילכו בם.

אנדערש ווי דער נארישער מאן וועלכער באקומט אמאל צוטריט צום קעניג און מיינט אז דאס ווייזט שוין אז ער דארף נישט צוקומען צום שר, זענען אידן ביים ים סוף ווייטער געבליבן און נאך שטערקער געווארן מיט די אמונה, און פארשטאנען אז משה רבינו האט גאר משפיע געווען אויף זיי די הויכע מדריגות.